ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'שה

ב"ה, כ"ה כסלו, תשי"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר ברוך שי' ש"ץ

שלום וברכה!

... אויף אייער פראגע, וואס איינער פון די מעמבערס פון אייער שול האט אייך אויפמערקזאם געמאכט, אז וויבאלד אלע אין שול לייגען תפילין אין חול המועד, דאפרט איר אויך לייגען תפילין, איר פרעגט מיין חוו"ד אין דעם:

ענטפער:

די שאלה ווערט געבראכט אין פילע שו"ת, ווייל דורך דעם ווערט אנגערירט די פראגע פון לא תתגודדו, וואס חז"ל דרש'נען לא תעשו אגודות אגודות, דערפאר ווערט אפ געפסק'נט, אויב איינער וועלכער איז זיך נוהג צו לייגען תפילין חול המועד, און געפינט זיך אין א שול - ביים דאוונען - וואו אלע טוען ניט אן קיין תפילין, טאר ער ניט לייגען קיין תפילין, דאגעגען דער וועלכער איז נוהג ניט צו לייגען קיין תפילין - ווי עס [איז] דער מנהג פון האריז"ל דער בעל שם טוב און זיינע תלמידים - אין חול המועד, איז אפילו ווען ער געפינט זיך ביים דאוונען אין א שול וואו אלע לייגען יע תפילין, דארף ער אנהאלטן זיין מנהג אויף, ניט צו לייגען קיין תפילין, וויילע דא איז ניט פראן קיין חשש פון לא תתגודדו, וויבאלד אז דער וואס זעהט אים ניט לייגען קיין תפילין, קאן דאס זיין צוליב גאר אנדערע סיבות, ווי צב"ש, וויילע ער האט שוין געלייגט תפילין, אדער וויילע ער איז נאך ניט גרייט צו לייגען תפילין, צו וועלכע מען דארף האבען א גוף נקי א.א.וו.

דער אויבענדערמאנטער פסק דין, ווערט געבראכט אין די ספרים אשל אברהם סי' ל"א, שו"ת מנוחת משה סי' ס"ד, שו"ת לבוש מרדכי מהדו"ת סימן קכ"ג, בספר מאסף לכל המחנות בקצ[ש]ו"ע עם פי' שערים מצויינים בהלכה (דפוס נויארק תשי"א) סוף סימן יו"ד וכו'.

בברכה שיבשר בשו"ט, ופ"ש לכל מתפללי ביהכ"נ שלו.

נ"ב: בייגעלייגט איז דא די חוברת י"ט כסלו וועלכע איר וועט מסתמא באנוצען זיך מיט דעם פאר די מתפללים שיחיו.

א'שה

מוה"ר ברוך: שראם, ניו ארלינס.

צב"ש: צום ביישפיל.