ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'שיא

ב"ה, כ"ו כסלו, תשי"ב

ברוקלין.

צו די ליידיס אוקזילערי

פון בראנזוויל און איסט נויארק,

ברכה ושלום!

עס האט מיך געפרייט צו הערען אז איר מאכט פארבערייטונגען צו דעם יערליכען באנקוועט פון אייער ליידיס אוקזילערי, און איך האף אז איר האט געמאכט די געהעריגע צוגרייטונג און השם יתברך זאל העלפען אז עס זאל [זיין] בהצלחה אין אלע פרטים, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, פלעגט שטענדיג פארלאנגען, אז יעדער צוזאמענקונפט זאל צובריינגען צו גוטע מעשים סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און בעשיינפערליך זעהען מיר אז ווען אידען וועלכע זיינען באזעלט מיט חסידישן גייסט, קלייבען זיך צונויף, וואקסט פון דעם ארויס גוטע פעולות אין אלע דריי זאכען וואס צום אלעמען אמת איז דאס איין זאך, און דאס איז אהבת השם יתברך, אהבת התורה און אהבת ישראל.

איך בעט אייך איבערגעבען מיין גרוס צו אלע איינטיילנעמער אין דעם באנקוועט, און שיק מיין ברכה, אז אייער ארבעט פון אוקזילערי זאל האלטען אין וואקסען, און השם יתברך צאלט מדה כנגד מדה, זאל השם יתברך געבען זיינע ברכות צו יעדערע, אז עס זאל בא אייך אלעמען האלטען אין שטייגען אין אלע זאכען וואס יעדערע פון אייך באדארף איר מיט אייערע פאמיליעס בבני חייא ומזונא רוויחא.

בברכת הצלחה בעניניהם הכללים והפרטים.