ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'שיד

ב"ה, כ"ו כסלו, תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

... איך וויל אבער שרייבען און ווידע[ר]האלען וועגען דעם וואס אויך איר אליין שרייבט, אז די וויכטיגסטע זאך איז וועגען א שידוך, איר שרייבט אז איר זעהט ניט לויט אייער מיינונג קיין פאסענדע פארשלאגען אין דעם.

מיין האפענונג איז אבער, אז ווען איר זאלט האבען דעם ריכטיקען צוגאנג צו די פארשלאגען וועלכע קומען צו אייך, וועט השם יתברך זיכער מזמין זיין אייך א פאסענדען שידוך פאר אייך מאטעריעל און גייסטיג.

מען דארף שטענדיג וויסען בא זיך, אז אין דער וועלט איז קיין זאך ניט פראן וואס זאל זיין פערפעקט - תכלית השלימות - און אזוי איז ריכטיג בנוגע מענשן, אז עס איז ניט פראן קיין מענש וועלכער זאל באזיצען אלע מעלות, און במילא דארף מען ניט ווארטען אויף צו געפינען אט אזא, ווי מען מאלט זיך אויס אין געדאנק. און וויבאלד אז עס איז ריכטיג אזוי, אז קיין מענש האט ניט אלע מעלות, איז זיכער אז אויך אליין האט מען חסרונות, נאר אויף זיך קוקט מען מיט א גוטער אויג, במילא דארף מען דאס אויך נעמען אין באטראכט, און אז אין געוויסע זאכען דארף מען אין א געוויסער מאס פארבויגען און פארקוקען, און האפען אז מיט דער צייט וועלען זיך א טייל - געדאכטע אדער אמת'ע -= חסרונות אויסגלייכען און אויסבעסערען, און דענסטמאל - אין דעם צוגאנג צו א שידוך - [איז] פיל גרינגער דער אויסוואל - בחירה - און עס איז פרייליכער דער גאנצער צוגאנג צו דער שידוך פראגע.

איך וויל אייך אויך אויפמערקזאם מאכען אויף דעם, אז מען קען ניט אויסרעכענען און אפשאצען גענוי, ווי וועלען אויסזען די צוויי מענשען נאך זייער חתונה, וויילע חתונה איז אזא איבערלעבעניש וועלכע מאכט געוויסע און גרויסע ענדערונגען אין די צוויי מענשען וועלכע האבען חתונה, און די ענדערונגען איז אוממעגליך צו פאראויסזעהען, דאס מיינט אז בא א שידוך פראגע, האט מען ביז א געוויסער מאס קיין אויסוואל - ב[ח]ירה - און מען דארף זיך פארלאזען אוי[ף] השם יתברך, אז ער ברוך הוא וועט זיי פירן] צו גליק און גוטס. און מען זעהט דאך בעשיינפערליך אז מענשען טוען אזיי, און פירען דערנאך א לעבען און א גליקליכען לעבען ביז 120 יאר.

און אזוי איז אויך אין אייער פאל, אז מען קאן ניט פריער אין פאראויס אויסרעכענען אויף די גאנצע 100

יעדער פארשלאג וואס מען לייגט אייך פאר, ווי וועט דאס אויסזעהן אין דער צוקונפט נאך דער חתונה, און מען דארף זיך פארלאזען אויף השם יתברך, און ער ברוך הוא וועלכער קען פירען אזא גרויסע וועלט, וועט זיכער אויך קענען פירען די קליינע וועלט פון יעדערען בפרט און אין אזא אופן אז עס זאל [זיין] גוט סיי מאטעריעל און סיי גייסטיג.

איך האף, אז איר וועט מיין דיזען בריף, לייענען איינמאל און צוויי מאל און אריינטראכטען זיך אין דעם וואס איך שרייב אייך, נאר דער עיקר מיין פון מיין בריף, איז, אז פון היינט אן און וויטער, זאל אייער צוגאנג צו א שידוך פארשלאג, ניט זיין מיט דער פאראויסבאשטימקייט, אז דער שידוך איז ניט פאסענד פאר אייך, נאר פונדעסטוועגען דארף מען זיך נאכפרעגען, נאר פונקט פארקערט, אייער צוגאנג צו א שידוך דארף זיין, אז השי"ת וועט אייך געוויס מזמין זיין א שידוך וועלכער איז גוט פאר אייך, במילא קאן דאך זיין אז דאס איז אויך דער פארשלאג, במילא דארף מען נאכפרעגען און וויסען וועגען וואס עס האנדעלט זיך. איך ווינטש אייך אז דאס זאל זיין בקרוב ממש א זיווג המתאים לפני' בגשמיות וברוחניות און זאלט בויען א בית בישראל על יסודי התורה והמצוה.

בברכה.

נ"ב:

איר קענט מיר שרייבען אין וועלכער שפראך עס איז אייך גרינגער און באקוועמער, אין רוסיש, אידיש, אדער פראנצויז.