ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'שלה

ב"ה, ח' טבת, תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך האב ערהאלטען אייער בריף פון מוצאי שבת קדש מקץ, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם צופאל, דורך דעם טעות פון דעם פעיפער בנוגע צו דער צייט פון ליכט צינדען:

איר זאלט צוטיילען אויף צדקה, אין פארלויף פון עטליכע וואכען, 7,02 $ (זיבען דאללאר מיט 2 סענט) און עס איז בעסער צו טאן דאס, ערב שבת פאר ליכט צינדען, און אויך לערנען די דינים פון שבת, אין קיצור שולחן ערוך, - אויף וויפיל איך ווייס, איז פראן דער קיצור שולחן איבערזעצט אויך אין ענגליש, וועט אייך מסתמא זיין גרינגער צו לערנען פון דער ענגלישער איבערזעצונג - און עס וואלט זייער גלייך געווען ווען איר זאלט צו דעם לערנען, צוציהען נאך אייניגע פרויען, אויף צו לערנען צוזאמען, און זאלט אויך אויפגעבען דעם געדאנק (מסיח דעת) פון דעם גאנצען ענין, און זאלט נאך אמאל בודק זיין די מזוזות פון אייער הויז.

א'שלה

7.02 $: בגימטריה שבת.