ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'שמו

ב"ה, ט"ז טבת תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידן צו הערן א גרוס פון אייער שול און מתפללים בכלל, און פון אייער באטייליגונג אין די פארשידענע טעטיקייטן וואס דער שווער דער רבי, כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, האט געגרינדעט און אנגעפירט. די דאזיקע טעטיגייטן ווערן אויך ווייטער אנגעפירט בע"ה, און ווי יעדע לעבעדיקע זאך, האלטן זיי אין איין וואקסן און פארברייטערן זיך. דערפאר בין איך אויך זיכער אז פון צייט צו צייט וועט אויך אייער באטייליגונג וואקסן.

א שול, א בית הכנסת, איז, ווי דער נאמען ווייזט אן, אן ארט וואס זאמלט צוזאמען און פאראייניקט כמה וכמה אידן, כן ירבו. זעלבסטפארשטענדליך, זיינען פאראן צווישן זיי פארשידענע קאטעגוריעס מענטשן, אבער די זאך פון דער שול פאראייניקט זיי.

עס איז פאראן א פאראייניקונג פון מענטשן מצד אן אנדער סיבה אויך, ווי א געשעפטליכע שותפות. ס'איז אבער דא א גרונטליכער אונטערשיידט צווישן דער פאראייניקונג און דער אויבנדערמאנטער.

בשעת מענטשן פאראייניקן זיך געשעפטליך, איז דאס ניט קיין אמת'ע

פאראייניקונג, דערפאר וואס איין שותף גייט מיט דעם צווייטן כדי ער זאל דערפון האבן זיין אייגענעם בענעפיט. אין אנדערע ווערטער, ער זוכט אין יענעם דאס וואס ער אליין קען האבן נוצן; ער זוכט אין יענעם ניט יענעם נאר זיך. דערפאר פאסירט, אז ווען איינער פון זיי רעכנט, אז ער קען פון דעם צווייטן ניט האבן דעם ריכטיקן פערזענליכן ריוח, פאלט זיך פונאנדער די פאראייניקונג.

גרינטליך אונטערשידן איז א פאראייניקונג אויפן יסוד פון תורה ומצוות בכלל, און א שול בפרט. דא פאראייניקן זיך אידן ניט צוליב פערזענליכן, גשמיות'דיקן ריוח, נאר כדי דורכצופירן אן ענין פון תורה ומצוות, תפלה וצדקה. זיי פאראייניקט דער אלגעמיינער געדאנק צו טאן דעם אויבערשטנס רצון, וואס בכללות דריקט עס זיך אויס אין אהבת השם, אהבת התורה ואהבת ישראל. אזא פאראייניקונג קען אויך אנהאלטן אויף אלע מאל, פונקט ווי תורה ומצוות זיינען נצחיות'דיק.

איך שיק אייך מיין ברכה, אז אייער שול זאל זיין א אמת'ער בית הכנסת, וואו אלע חברים און מתפללים זיינען פאראייניקט מיט דעם געדאנק פון "ויעשו כלם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם". דאס עפענט אויך דעם וועג מקבל צו זיין דער אויבערשטנס ברכה, יעדער איינעם וואס ער דארף בבני חיי ומזונא רויחי.

בברכה.

א'שמו

נכתבה לכמה בתי כנסת. נדפסה בלקו"ש חט"ז ע' 610.