ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'שנו

ב"ה, י"ח טבת, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

... אין המשך פון אונזער טעלעפאנישען שמועס, האב איך געפילט אז בא אייך האט זיך ניט אפגעלייגט בנוגע צו געזונט בכלל, און בפרט אויף צו טועם זיין מזונות פארן דאוונען, בין איך דא מעתיק א ווארט פון בעל שם טוב הקדוש, געדרוקט אין כתר שם טוב, און זיכער ווייסט איר דאס וואס מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה האט געזאגט ביי די לעצטע פארבריינגענס, אז א חסיד דארף לערנען דעם כתר שם טוב און דעם אור תורה פון דעם מעזריטשער מגיד.

אין כתר שם טוב חלק א' דף י"ז (פון דעם דרוק וואס איך האב) שטייט: "כאשר גופו חולה גם נשמתו נחלשה ואינו יכול להתפלל כראוי אעפ"י שהוא נקי מעבירות לכך צריך האדם לשמור בריאות גופו מאד".

בברכה לבריאות הנכונה, ושיוכל לבשר בשורות טובות און זיכער געדיינקט איר אויך וועגן דעם וואס מיר האבען גערעט, צו ווענדען זיך צו די חברה ספרדים אין אייער שטאט פאר הילף צו אונזער ארבעט אין מאראקא.