ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'שסב

ב"ה, כ"ז טבת, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב ערהאלטען אייער בריף פון כ"ד טבת, אין וועלכען איר באשרייבט אייער לאגע, און אז איר האט געזעהען דעם רעפארט פון דעם דאקטאר און ווי דאס האט געווירקט אויף אייך, און ווי איר מאלט זיך אויס די צוקונפט און דערפאר זאגט איר תהלים און בעט בא השי"ת, און פרעגט מיין מיינונג:

ענטפער:

דאס וואס איר זאגט תהלים און בעט דעם רבונו של עולם, דאס איז געוויס גוט, וויילע ער ברוך הוא איז דער בעל הבית אויף דער גאנצער וועלט און אויף יעדער מענשן מיט אלע זיינע איינצעלהייטען. אבער דאס וואס איר שרייבט אז איר האט זיך אריינגעטראכט אין דעם רעפארט פון דעם ד"ר, און מאלט זיך אויס די צוקונפט, בין איך ניט איינפארשטאנען מיט אייך, וויילע דאס געהערט ניט אן צו אייך לגמרי, און ניט אויף דעם זייט איר באשאפען געווארען.

הרה"ג וכו' מוה"ר דוב יהודא שי' שחט, שרייבט מיר, אז איר זייט א איד א בעל תורה ומצות, במילא איז דאך זיכער, אז איר גלויבט, אז השם יתברך איז דער אדון עולם - דער בעל הבית פון דער וועלט - און מיר זעהען אפילו אין מענשליכע בעל'בתי'שקייט, ווען מען איז א גוטער בעל הבית, אז אלעס איז בא עם פאנאנדערגעטיילט, אז איינס זאל ניט מישען דאס אנדערע, און יעדער טייל פון דער בעל'בתי'שקייט זאל דינען צו דעם צוועק, אויף וואס דאס איז געמאכט געווארען און אויב עס איז ריכטיג אזוי בא א מענשן וועלכער איז באגרעניצט אין אלע זיינע ענינים, און קאן במילא צייטענווייז מאכען אויך א טעות, איז מכל שכן וקל וחומר אז עס איז זיכער אזוי אין דעם רבש"ע בעל הבתי'שקייט, אז יעדער זאך וואו עס געפינט זיך, דארף ערפילען איר ציעל און שלימות - פארפאלקאמונג - אין איר שליחות, און אז מען חאפט אן צו טאן א אנדער ענין, איז פראן אין דעם צוויי חסרונות א) ווי באלד דאס איז ניט צוגעפאסט צו איר ענין, מאכט דאס נאר קליאע - מקלקל - ב) דאס ציט אפ - ווענדעט אפ - פון צו ערפילען די שליחות אויף וועלכע זי איז באמת באשטימט.

און דאס אלעס אויבען געזאגטע, איז אויך אננעמבאר אין אייער ענין, צוליב פילע אורזאכען, וועלכע זיינען געוויס בהשגחה פרטית, איז אייער פראפעסיע, ניט קיין מעדיקער, און זייט ערצויגען געווארען אלס איד א שומר תורה ומצוה, ווייסען מיר פון דעם צוויי זאכען, אז א) מעדיצין זאכען, איז ניט אייער שליחות פון השי"ת אויף דער וועלט, ב) אז אפהיטען תורה ומצות, וואס אין דעם איז אויך אריינגענומען די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך, הוכח תוכיח וכו' און אויך ווי עס שטייט אין דעם ספר תנא דבי אליהו, כי תראה ערום וכסיתו, אז מען זעהט א אידען א נאקעטען פון תורה ומצות, דארפמען זיך משתדל זיין צו באקליידען אים מיט תורה ומצות, אז אט דאס איז אייער ציעל, און שליחות צו וועלכער איר זייט באשאפען געווארען.

פון דעם איז פארשטענדליך, אז ווען איר וועט זאגען השערות און דיעות אין חכמת הרפואה, איז ערשטענס ווענדעט דאס אייך אפ פון צו אויספירען אייער שליחות צו וועלכער איר זייט באשטימט, 2) אין די זאכען פון אייער רפואה, קאנט איר ח"ו נאר איבערפירען (קלקול) אבער בשום אופן ניט פארריכטען, דער איבערפירען אין דעם קאן זיין ח"ו. וויילע פון אויפרעגונג, דאכט זיך אייך אויס זאכען וואס וועלען ניט זיין, במילא שוואכט דאס אייער מזל, און עס שוואכט אפ אייער בטחון אין השם יתברך, דורך אייער אריינטראכטן און אריינטיפען זיך, וואס דער דאקטאר זאגט, און וואס וועט יענער פראפעסאר צוטראכטען, א.ז.וו.

און אז איר פרעגט מיין מיינונג, זאג איך אייך, אז איר דארפט זיך פירען, ווי די תורה הקדושה פאדערט, און די תורה זאגט, אז זי - די תורה - האט געגעבען רשות אויף צו היילען, ד.ה. די תורה האט געגעבען רשות מענשען צו ווענדען זיך צו דאקטוירים, און האט געגעבען רשות און מעגליכקייט צו די דאקטוירים, נאר אויף אויסצוהיילען און פארריכטען דעם מענשן, און דערפאר פירט זיך די וועלט, אז מען גייט צו א דאקטאר און דערנאך טוט מען דאס וואס זיי ווייזען אן טאן, און איר האט מער ניט וואס צו טאן אין דעם, און דארפט דאס איבערלאזען צום דאקטאר, און וואס איר דארפט טאן איז, זיין זיכער בהשם יתברך אז איר וועט האבען אריכות ימים ושנים, און לויט ווי עס שטייט אין פסוק יראת ד' לחיים, איז וואס אלעס שטארקער אייער בטחון וועט זיין בהשם יתברך, און וואס ווייניגער ספיקות אין דעם, און וואס מער איר וועט זיך אוועקגעבען אויף אויסצופירען אייער שליחות אין דער וועלט - ווי פריער געזאגט - צו היטען תורה ומצות און אויך ווירקען אין דעם זין אויף אנדערע, אלץ מער אריכות ימים ושנים וועט איר האבען, כפשוטו אן פשט'לעך אין דעם, און פארגעסט אין גאנצען אויף דעם רעפארט און וואס איר האט געלייענט אין מעדיצינישע ביכער, וויילע דאס איז ניט אייער שליחות און עס געהערט אינגאנצען ניט צו אייך, און וויבאלד דאס געהערט ניט צו אייך, קען דאס אייך ניט בעסער מאכען און בדרך כלל מאכט דאס גאר ח"ו פארקערט.

איר זאלט זעהען צו זאגען אלע טאג א יום תהלים (ווי דער תהלים איז פאנאנדערגעטיילט אויף די טעג פון חודש) נאך דעם דאוונען אין דער פרי, און לערנען אלע טאג חומש מיט פרש"י, און אויך איינטייל נעמען אין די שיעורים וועלכע מען לערנט ברבים, וואס איינער פון די שיעורים לכל הפחות זאל זיין דער לימוד החסידות, און זעלבסטפארשטענדליך צו שטעלען זיך דעם ציעל (מטרה) ווי עס שטייט אין פסוק, און ווי דער בעל שם טוב הקדוש האט דאס געפאדערט פון חסידים "עבדו את ה' בשמחה" עבדו איז דער טייטש, סיי אין דאוונען און לערנען און סיי אין עסען און טרינקען און די אלע אנדערע זאכען וואס א מענש טוט און אפילו מיטן שלאפען, ווי דער רמב"ם שרייבט אין הלכות דיעות,, און ווען איר וועט אזוי טאן, וועט איר אנהויבען פילען בעסער און נאך בעסער און וועט ווערען געזינטער און געזינטער און 8וועט קענען אנזאגען מיר בשורות טובות אין דעם.

עס וואלט אויך גלייך געווען, אז יעדער טאג פארן דאוונען אין דער פרי און פאר מנחה, זאלט איר געבען א פאר פעניס אויף צדקה (זעלבסטפארשטענדליך אויסער שבת און יום טוב).

איך האף און בין זיכער, אז איר וועט אננעמען מיין פארשלאג און אנווייזונגען ווי געזאגט, און וועט מיר לאזען וויסען וועגען דאס אלעס ווי אמגיכסטן.

בברכה לבריאות טובה ורפואה קרובה ויוכל במנוחת הנפש ומנוחת הגוף למלאות שליחותו בעלמא דין לאריכות ימים ושנים טובות ולהיות חסיד.

נ"ב: זיכער באטייליגט איר זיך אין די חסידישע התועדות וועלכע ווערן איינגעארדנט [...] אין אייער שטאט.

א'שסב

שייך לקמן לאחר אגרת א'שעא ונכנס כאן מפני טעות טכנית.