ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'שסח

ב"ה, כ"ג טבת, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

עס האט מיך געפרייט צו האבען א גרוס פון אייך דורך הרה"ג הרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר יוסף שי' הלוי וויינבערג, און אויך צו דערוויסען זיך פון עם, וועגן די הארציגע אייערע באטייליגונג און הילף צו עם אין זיין שליחות.

עס איז זיכער אז השם יתברך וועט אייך באצאלען כמדתו כמה פעמים ככה, אין די אלע ענינים וואס איר און אייער פאמיליע באדארפען, אבער עס באאומרואיגט מיך צו לייענען אין זיין בריף, אז איר זייט ניט אויפגעלייגט און נידערשלאגען, וואס עס וואונדערט מיר זייער די זאך, ווארום אז מען טוט צדקה און מען שטיצט דעם אויבערשטנס כשר'ה מוסדות א.ד.ג. ווערט מען א שותף מיט הקב"ה, איז וואס קען זיין נאך א גרעסערע שמחה פון דעם וואס מען פארבינדט זיך מיט הקב"ה? און מיט וואס נאך שטארקער קאן מען האבען בטחון אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, וויבאלד מען איז דאך פארבונדען מיט הקב"ה, און ווי דער אלטער רבי שרייבט אין תניא, אז דער מענש וואס גיט צדקה, ווערט דורך דעם דערהויבען אויך די איבעריגע געלט און גוטס וואס בא אים איז פארבליבען, און ווי דער אלטער רבי ערקלערט בארוכה אין אגרת הקדש, אז דורך דער מצוה פון צדקה, איז הקב"ה משפיע טוב בענינים גשמיים, אין געזונט און די אנדערע גשמיות'דיקע ענינים וואס א מענש באדארף.

מיין שווער כ"ק אדמו"ר, האט אמאל געזאגט, אז דער סימן איז אז מענש איז געזונט, ווען ער פילט ניט זיינע אברים, ווען ער הויבט אן צו פילען די קאפ אדער די הארץ, איז דאס א סימן, אז עס איז ניט אין ארדענונג (וואס באמת איז דאס מרומז אין פסוק - מלכים ב' ד, יט: ויאמר אל אביו ראשי ראשי וגו') און פון דעם לערנט מען אויך אפ, אויף דער פחיתות פון מדת הגאוה, וואס ער פילט זיינע מעלות- אפילו ווען זיי זיינען באמת פראן - וויילע דאס אליין אז ער פילט די מעלות, איז א באווייז, אז ער איז ניט בסדר, און ווען מען פילט ניט די מעלות רוחניות, איז על פי רוב, איז דאס א געזונטע[ר] מענש אין רוחניות, און אזוי איז אויך בנוגע צו גשמיות'דיקע געזונט, אז מען דארף ניט אריינטראכטען אין געזונט צושטאנד, זעלבסטפארשטענדליך אז מען דארף זיין אפגעהיט און אויספאלגען די אנווייזונגען פון די דאקטוירים, אבער ניט אריינטראכטען אין דעם, נאר זיין בטוח, אז השי"ת וועלכער פירט אן מיט דער גרויסער וועלט, וועט זיכער אויך פירען זיין קליינע וועלט - של האדם - לטובה און ער ב"ה וועט זיכער אויך פירען זיין קליינע וועלט - של האדם - לטובה און ער ב"ה וועט אויך פארזארגען אלעס וואס מען דארף צום געזונט, און דאס וואס עס פאדערט זיך פון דעם מענשן איז, אז עס זאל זיין דער ואתם הדברים בה' אלקיכם, וואס דאס זיינען די ענינים פון תורה ומצות, און אז מען האט דאס אין געדאנק, האט מען געזונט און מען האט ניט קיין דאגות און מען האט אויך גרויס הצלחה ניט נאר אין ענינים רוחניים נאר אויך אין ענינים גשמיים ווי געשעפט א.א.וו.

איך האף צו הערען פון אייך בשורות טובות, און אז די דאגה פון געזונט האט איר ארויפגעלייגט אויף דעם רבוש"ע, און איר נעמט אויף זיך די דאגה (די פארזארגונג) פון די ענינים פון תורה ומצות בא זיך און אייער סביבה.

והנני מברכו בבריאות הנכונה וטוב גשמי ורוחני המחכה לבשו"ט.