ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תכה

ב"ה, י"ח שבט, תשי"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"מ באמונה

וכו'

מוה"ר יעקב שי' הכהן

שלום וברכה!

בייגעלייגט איז דא מיין ענטפער אויף דעם פ"נ וואס איך האב ערהאלטען דורך אייך פאר מרת... תחי' און זיכער איב עס איז נויטיג וועט איר געפינען די פאסענדע אותיות ווי צו ערקלערן איר.

איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף אז איר האט בא שלש סעודות געלערנט דעם מאמר פון י"ג שבט, און איך האף אז ניט נאר ווי דער צמח צדק האט געזאגט צו הרה"צ ר' הלל, אז די נשמות הערען, נאר אז איר האט שוין אויך די וועג אז אויך די נשמה ווי זי איז פארבונדען אין גוף אז אויך דער גוף זאל דאס דערפילען, און אויב ניט אין גאנצען איז ביסלעכווייז, אט אזוי ווי עס שטייט אין חומש מעט מעט אגרשנו מפניך.

אין אייער בריף דערמאנט איר וועגען דעם שלום בית פון מר... וזוגתו שיחיו, מען דארף ערקלערען דעם פאטער דאס וואס איך האב אים געשריבען ווען עס האט זיך נאך גערעדט וועגען דעם שידוך, אז זיי דארפען איינשטעלען זייער הויז אויף ריכטיגע תורה יסודות, וואס דאס איז נוגע ניט נאר צו דעם נשמה גליק נאר אויך צום קערפערליכע[ן] גליק, און צי מען פארשטייט דאס יע צי מען פארשטייט דאס ניט, איז קיין גרויסער אונטערשייד אין דעם, אט אזוי [ווי] ווען מען פאלגט אויס די אנווייזונגען פון א גרויסען פראפעסאר האט מען דעם בענעפיט, אפילו ווען מען ווייסט ניט דעם טעם פארוואס, און בפרט ווען דאס איז [א] אנזאג פון דעם בורא עולם וועלכער איז אויך דער רופא כל בשר.

זעלבסטפארשטענדליך ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך מזכיר זיין את מר... וזוגתו שי' לשלום בית, מען דארף אבער ניט פארגעסען אויך דעם עיקר, אז בא זיי דארף זיין "שלום בית" פון דער נשמה מיטן גוף, און דאס מאכט שלא בערך לייכטער אויך דעם שלום בית אין הויז...

און בהיות דער שבת פ' יתרו איז דער שבת וואו עס ווערט דערציילט וועגען קבלת התורה, וועט איר געוויס אויסניצען אין אייער שול דאס וואס עס ווערט דערציילט אין דעם קונטרס ח"י אלול תש"ג עמוד ל"ו, אז בא קבלת התורה האט השי"ת די ששים רבוא אידן א חוץ זקנים וכו' געפירט אין חדש און געלערענט מיט זיי קמץ אל"ף, א, וואס דאס איז דער ערשטער אות פון אנוכי, ויעוין שם בארוכה.

בברכת שבתא טבא.

א'תכה

מוה"ר יעקב שי': כ"ץ. אגרות נוספות אליו - לעיל א'רצד, ובהנסמן בהערות שם.

די נשמות הערען: ראה גם לעיל אגרת א'שצב.