ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תלז

ב"ה, אדר"ח אדר, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

אייער בריף פון ב' יתרו האב איך ערהאלטען אין צייט, און מיין ענטפער האט זיך פארהאלטען צוליב דעם יארצייט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, די הכנות צום יארצייט און די ענינים וועלכע זיינען פארבונדען מיטן יארצייט אויך נאכדעם, און השי"ת זאל העלפען יעדערען פון אונז צו אויספילען די שליחות, וואס מיין שווער כ"ק אדמו"ר האט אנגעוויזען און אויסגעלייגט דעם וועג אין וועלכער מען זאל גיין, אין דער וועג פון תורה ומצות זעלבסט, ווארום אפילו אין דעם וועג פון תורה ומצות זעלבסט, געפינט דער יצר הרע אופנים ווי צו אפשוואכען און אפהאלטען דעם שטייגען אין דעם.

עס האט מיך געפריינט צו לייענען אין אייער בריף אז איר זייט שטארק אין בטחון בהשי"ת און איך האף אז בקרוב וועט איר אויך קענען זעהען די פארווירקליכונג פון אייער בטחון בנוגע צו אייערע עסקים בפועל ממש.

עס וואונדערט מיר אבער, וויבאלד אז איר האט בטחון בהשי"ת בנוגע גשמיות ופרנסה, איז דאך מכל שכן וקל וחומר אז מען דארף זיין שטארק אין בטחון בהשי"ת בנוגע צו קינדער און זייער אויפפירונג, וואס דאס איז דאך וואס רירט אן א אידען מער ווי ענינים גשמיים, און איר ווען איר קומט צו דעם ענין, שרייבט איר אין אייער בריף, אז איר טרייסט זיך דערמיט וואס זיי זיינען בעסער פון אנדערע וכו'.

זיכער האט איר געהערט פון דעם טייטש - וועלכער ווערט געבראכט אין פיל ספרים - אויף דעם אויסשפראך, בשמים ממעל ועל הארץ מתחת, אז ווען מען קומט צו עניני שמים וועלכע זיינען פארבונדען מיט השי"ת און קדושה, דארף מען זעהען דעם ממעל, ארויפקוקען צו העכערע מענשן און זעהען שטייגען צו זיי, ועל הארץ מתחת, אז בא ענינים גשמיים, דארפמען קוקען אראפ, וואס עס טוט זיך בא די נידעריגערע פון עם, וואס אזא איינשטעלונג בריינגט צו, אז מען איז א שמח בחלקו, וואס דענסטמאל איז מען דער אמת'ר עשיר - איזהו עשיר השמח בחלקו -

עס איז איבעריג צו אונטערשטרייכען, אז ליובאוויטש בכלל און איך בפרט, זיינען ניט קיין מוסר זאגער אן א תכלית, און מיין כוונה מיטן שרייבען די אויבענדערמאנטע שורות איז א דאפעלטע, א) ביישטייערען וואס איך קאן צו [אייער] תוקף הבטחון אז השי"ת זאל אייך געבען פרנסה און גוטען געזונט, ב) נאך אמאל ווידערהאלען וואס איך האב גערעט מיט אייך ווען איר זייט געווען דא, ניט צו מיד ווערען ריידען מיט די קינדער אייערע בנוגע צו זייער אויפפירונג אין ענינים פון תורה ומצות, ודברי חכמים - ובפרט ווען זיי זיינען - בנחת, נשמעים.

בברכה שיבשר בשורות טובות.