ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תמב

ב"ה, אדר"ח אדר, תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

ברכה ושלום!

זיינער צייט האב איך ערהאלטען דעם פדיון נפש פאר אייך דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר יהודא צבי שי' פאגעלמאן, אין וועלכער ער האט געשריבען אז איר ליידט פון א געוויסע שרעק:

איך וויל דערמיט באטאנען נאך אמאל, אז יעדער איד סיי א פרוי און סיי א מאן דאפמען זיין שטארק אין בטחון אין דעם אויבעשרטען ברוך האו, און אזוי ווי יעדער איד גלויבט באמונה שלימה אז הקדוש ברוך הוא איז דער בל הבית פון דער וועלט, אזוי אויך איז ער ברוך הוא דער בעל הבית אויף דעם לעבען פון יעדער אינצלנעם איד, סיי א מאן און סיי א פרוי, און וויבאלד עס איז זיכער אז השם יתברך איז א גוטער, וועט ער געוויס פירען צום גוטען, און ווען מען געפינט זיך אונטער דער אויפפאסונג - השגחה פרטית - פון השם יתברך, איז ניטא פון וואס צו שרעקען זיך, און ווי דוד המלך זאגט אין תהלים, לא אירא רע כי אתה עמדי, און דער אתה עמדי איז בא יעדער אידען.

איך האף, אז השם יתברך וועט אייך אויך וויזען דייטליך א פארבעסערונג אין אייער לאגע און וועט קענען אנזאגען גוטע בשורות.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

המזכיר