ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תמז

ב"ה, ב' אדר, תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ סופר מהיר וכו'

מו"ה דוד ליב שי' מקלר

שלום וברכה!

מיט גרויס צופרידנהייט האב איך זיך דערוואוסט, אז איר זייט צוגעטראטן צו דער פארווירקליכונג פון אייער הבטחה ווא אר האט נאך געגעבן צו כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועגן צוגרייטן צום דרוק פון דעם המשך פון די "זכרונות".

איך בין אויך געווען צופרידן צו זען און לייענען דעם ערשטן ארטיקל דערפון, וואס דאס שטארקט מיין זיכערקייט, אז פון יעצט אן און ווייטער וועט די ארבעט גיין מיט א רעגלמעסיקן און שנעלן טעמפא, און דערמיט נאכקומען דעם פארלאנג פון טויזנטער חסידים און סתם אידן, וואס האבן אזוי לאנג געווארט אויף דעם המשך.

עס איז איבעריק צו אונטרשטריכן די וויכטיקייט פון די "זכרונות" פון אידן בכלל, און פאר די וועלכע אינטערעסירן זיך מיט דער געשיכטע פון אידן און אידישקייט און חסידות בפרט, איך וויל בלויז דערמאנען דער גרויסן זכות וואס איז פארבונדן מיט דער ארבעט און ווינשן אייך הצלחה נא מער ווי בא דער ערשטער טייל.

בברכה.

א'תמז

הוו"ח... מקלר: אגרת נוספת אליו - לעיל ח"ב שכב. וראה שם לתוכן האגרת שלפנינו.