ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תסו

ב"ה, כ"ו אדר, תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

עס אינטערסירט מיר צו וויסען, אויב איר נעמט איינטייל אין דער ארבעט פון אידישע פרויען אין אייער שטאט, און אין וואס פאר א ארבעט.

זיכער ווייסט איר, אז עס איז אנגענומען בא אידען, אז אלע אידען זיינען ווי איין משפחה, וועלכע דארפען זיין צוזאמען געבונדען איינע מיט די אנדערע דורך אהבת ישראל - אידען ליבשאפט - וואס דאס רופט ארויס און בריינגט צו באטייליגען זיך אין געזעלשאפטליכע ארבעט, בכדי אזוי ארום ברענגען נוצען פאר א גרעסערען קרייז מענשן. און דאס גיט אויך א גייסטיגע באפרידיגונג אין דעם פריוואט לעבען. און אין וואס פאר א לאגע מען זאל זיך ניט געפינען, איז אלע מאל פראן מעגליכקייטן צו העלפען מענשען מיט וועלכע מען קומט אין בארירונג.

מיט או וואונש פון אלעס גוט און בפרט מיט נחת פון אייער זון,

א כשר'ן פסח.