ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תע

ב"ה, כ"ז אדר, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור וכו'

מו"ה יסוף שי'

שלום וברכה!

איך האב באקומען א בריוו פון הרב משה שפירא פון תל אביב, אין וועלכן ער אינפארמירט וועגען דער ארבעט וועלכע ער פירט אן צו גרינדן וואס מער מקוואות אין ארצנו הק' ת"ו, וואס ביז איצט האבן זיי שוין געגרינדעט איבער הונדערט מקוואות אין די מעברות פון די פליטים (פון די אראבישע לענדער, בולגאריע, רומעניע, אונגארן פוילן וכו'). זייער שוועריקייט איז צו באקומען די נויטיקע מאטעריאלן, ווי וואנעס (באטה-טאבס), רערן (טיובס), צעמענט, קאכלעס (טיילס), אד"ג, וואס מ'קען דארט אפילו פאר געלט ניט קריגן.

במילא, וויסנדיק אייער יחס און ווארימקייט צום ענין פון טהרת המשפחה און מקוואות, וואלט איך אייך וועלן פרעגן צי האט איר די מעגליכקייט דורך אייער השפעה צו באקומען די מאטעריאלן וואס זיי נויטיקן זיך דארט צו בויען מקוואות.

איך האף צו הערן בשו"ט פון אייך.

בברכה.

א'תע

מו"ה יוסף: רבינסון. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ד תתקמז, ובהנסמן בהערות שם.