ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תצו

ב"ה, ז' ניסן, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

... זיכער איז איבעריג צו אונטערשטרייכען, אז איר באדארפט שרייבען אייער זון מר... שי' אז אויף וויפל עס איז די פליכט פון יעדען אידען און אין אלע צייטען, צו לייגען תפילין, איז דאס ספעציעל נאך מער וויכטיג פאר אזא וועלכער געפינט זיך אין דער ארמיי, וואס דאס לייגען תפילין היט זיי אויס און בריינגט זיי סוף כל סוף אין דער באשטימטער צייט גאנץ געזונטערהייט אהיים.

דאס האבען מיר געהערט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, אין דער צייט פון דער לעצטער וועלט מלחמה, און אויך האבען מיר געזעהן במוחש - פעסט געשטעלטן פאקט - אז די אלע אידען וועלכע האבען אפגעהיט דאס לייגען תפילין זייענדיג אין דער ארמיי, זיינען געקומען גאנצערהייט געזונט אהיים.

עס טרעפט אז בא די מאניעוורעס אדער עקסערסייס, ווען עס איז ניט מעגליך צו באווייזען לייגען תפילין אין דער פרי, דארפמען וויסען אז מען קען דאס טאן - לייגען תפילין - אין פארלויף פון גאנצען טאג ביז זון אונטערגאנג, לכל הפחות אנטאן די תפילין און זאגען אין זיי קריאת שמע און דערנאך אויסטאן זיי - אויב עס איז ניט מעגליך א ליינגערע צייט, צו זאגען אויך די אנדערע תפלות - און די פאר מינוט קען מען געפינען אלע צייט זייענדיג אין דער ארמיי, אפילו אין דער צייט פון מאניעוורעס אדער עקסערסייס, און דאס גלייכען. און איך בין זיכער אז איר וועט געפינען די פאסענדע ווערטער ערקלערען דאס אויבען געזאגטע צו אייער זון שי', און השם יתברך וועט אים בריינגען אין דער באשטימטער צייט גאנץ געזונט אהיים צוריק.

איך שליס מיט א וואונש פאר א כשר'ן פרייליכן יום טוב פסח פאר אייך און אייערע בני בית, און א גרוס צו אייער ברודער מר... שי' וועלכער איז געווען דא מיט א צייט צוריק און מיר האבען דענסטמאל געהאט א ליינגערן געשפרעך.

נ"ב:

בייגעלייגט איז דא א מעסעדזש פאר פסח, וועלכעס איך האף אז עס וועט אייך אינטערעסירן.