ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תצז

ב"ה, ז' ניסן, תשי"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר

חיים שי'

שלום וברכה!

אייער בריף האב איך אין צייט ערהאלטען, און צוליב די פילע טרדות האט זיך אפגעהאלטען מיין ענטפער ביז יעצט.

וועגען אייער פראגע, ווען וועט פארטיג ווערען דער ספר השיחות פון מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אויף וועלכען איר האט גענומען אויף זיך די הוצאות פון דעם דרוקען:

דער ספר איז שוין כמעט אינגאנצען אויסגעזעצט, אבער איידער מען גייט עס דרוקען, דארף איך עם דורכלערנען בכדי צו אויספאריכטען די פעלערען, וועלכע זיינען אלע מאל דא, ווען מען זעצט (די אותיות) פון א כתב, און צוליב די פילע ארבעט אין צוזאמענהאנג מיט דער אויסברייטערונג - בלי עין הרע - בהצלחה גדולה, פון פילע ישיבות תלמוד תורה'ס פאר אינגלעך און מיידלעך, וועלכע זיינען געגרינדע[ט] געווארען אויף דעם נאמען פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, נעמט דאס צו פיל צייט און ענערגיע, וויילע עס זיינען שוין פראן, אין אה"ק ת"ו, אפריקה, אויסטראליע, און פון צייט צו צייט, קומט צו נאך (אין גאנצין זיינען פראן דערוויילע זעכציק - 60 - בערך, ישיבות און תלמוד תורה'ס אין די אויבענדערמאנטע מדינות), און דערפאר צוליב די פילע ארבעט אין דעם, איז ניט גענוג צייט דא צו דורכלערנען דעם ספר פון אנהויב ביזן סוף, און טו דאס ביסלעכווייז אויף וויפיל די צייט ערלויבט און דערפאר האלט זיך אפ דער צוגרייטען צום דרוק, דאך האף איך להשם יתברך, אז ער ב"ה וועט געבען הצלחה אין צייט, און מען וועט קענען צוגרייטען דעם ספר צום דרוק געכער ווי ביז יעצט, און זעלבסט פארשטענדליך ווען עס וועט זיין א גוטע בשורה אין דעם, וועל איך אי"ה מודיע זיין.

ואסיים בברכת בריאות טובה לו ולכל ב"ב שי' וחג הפסח כשר ושמח.

נ"ב:

בייגעלייגט איז דא העתק מכתבי כללי לחג הפסח הבע"ל, און אפשר איז גלייך אז איר [זאלט] עס מפרסם זיין אויף א פאסענדען אופן.

א'תצז

מו"ה חיים: שטיימן, וויניפעג. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ד תתפב, ובהנסמן בהערות שם.

ספר השיחות: ראה לעיל ח"ד אגרת א'רב.