ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תקטו

ב"ה, ערב חג הפסח, ה'תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

צום אנקומען פון דעם יום טוב פסח וואס מיר בתוך כלל ישראל גייען פייערן, ווינש איך אייך א כשר'ן און א פרייליכן, באמת א פרייליכן יום טוב פסח.

זיכער ווייסט איר וואס עס ווערט דערציילט אין מדרש, אז דאס וואס די אידן זיינען ארויס פון מצרים, איז דאס געווען אין דעם זכות פון די נשים צדקניות פון יענעם דור.

איינע פון די צדקות פון די פרויען איז באשטאנען אין דעם, וואס ניט קוקענדיג אויף אלע שוועריגקייטן און די פינסטערניש פון דעם גלות, אוןב פרט אין די לעצטע צענדליגער יארן, האבן זיי אבער שטענדיג געהאט דעם שטארקען בטחון אין השם יתברך אז זיין הבטחה אויף דער גאולה וועט ער ברוך הוא מקיים זיין, און הגם זיי האבען ניט געוואוסט ועון וועט קומען די גאולה, און פון צייט צו צייט זיינען פרעה'ס גזירות געווארען אלץ שטארקער און שווערער, און בפרט די גזירה אויף די אידישע קינדער, ביז אפילו דער שווערער גזירה פון כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו, דאך איז ניט קלענער געווארען זייער האפנונג, און האבן אויך געזעהן צו אויפשטעלען א נייעם דור, ניט רעכענענדיג זיך מיט די גזירות, און הגם זיי האבען ניט פאר זיך קיין וועג ווי וועלען דאס די קינדער וועלכע האבען געבארען [געווארן] געראטעוועט ווערען, און ווי [וועלן זיי] אויסמיידען פרעה'ס גזירה פון כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו,

און אט דער בטחון און שטארקייט, אויף נט צו רעכענען זיך מיט קיין אך פון מענשליכען פארשטאנד, וויילע דער אויבערשטער איז דער בעל הבית פון דער גאנצער וועלט, און קיינע קען זיך ניט שטעלען געגען אים, האבען זי דורך דעם אויפגעבראכט א גאנצען דור אין די צענדליגער און הונדערטער טויזענטער קינדער, און אט די קינדער זיינען דאס געווען די, וועלכע האבען די ערשטע דערקענט השם יתברך בא דעם קריעת ים סוף, און די זיינען דאס אט די וועלכע האבען דערנאך מקבל געווען די תורה באם בארג סיני, און האבען אויפגעהאלטען דעם אידישען אלק.

יעדער זאך וואס עס איז אין דער תורה, דאפמען מיר ארויסנעמנן א לערנונג פאר יעדער אידען, און אזוי אויך בנוגע צו אונז און צו אייך, אז מען דארף זיין שטארק אין בטחון בהשם יתברך אז נאר ער ברוך הוא איז דער גאנצער בעל הבית פון דער וועלט, און קעגען עם קען קיינער גארניט טאן, ווען אפילו מען זעט דאס ניט ווי דאס איז אין טבע, וועט אבער השם יתברך ממלא זיין זייניגע, אז די אלע וועלכע זיינען פארבונדען מיט עם - ברוך הוא - דורכן בטחון אין עם, און בפרט אין קינדער זרעא חייא וקיימא לאריכות ימים ושנים, און אט אזוי ווי אין מצרים, הגם מען האט ניט געזען פריער קיין וועג אין טבע ווי וועט דאס זיין די גאולה, האט דאס אבער נט אפגעשוואכט זייער בטחון אויף צו האבען און ערציהען קינדער, און אז די קינדער וועלען האבען אריכות ימים, אוןמען דארף האפען אז אויך אין אונזער צייט, דורך דעם שטארקען בטחון בהשם יתברך וועלען מיר אויך אלע זוכה זיין צו דער גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו,

בברכת חג הפסח כשר ושמח און אסך נחת ובריאות לאורך יושנ"ט.