ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תקכח

ב"ה, כ"ז ניסן, תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך האב נאר וואס ערהאלטען אייער לופט בריף פון ג' חהמ"פ אין וועלכען איר שרייבט ועוגען אייער זון... זי' אז ער איז ניט אנטוויקעלט ווי געהעריק און פרעגט מיין מיינונג און בעט א ברכה:

איך בין צופרידען צו לייענען אין אייער בריף אז איר געדיינקט אייער אפשטאם און בפרט אייער זיידען וועלכער איז געווען מפורסם אין דער חסידישער וועלט און אויך אייער פאטער, עליהם השלום, און איך האף אז עס איז ניט נאר וואס איר געדיינקט זיי, נאר אויך אז דאס ווירקט אויף אייך אז איר זאלט פירן אייער הויז אין אזא גייסט וועלכער זאל צופרידענשטעלן ניט נאר אייער פאטער נאר אויך אייער זיידען עליהם השלום, און דורך דעם געדיינקען איז מען ממשיך און מען נעמט אויף און מען האלט אן די ברכות פון השם יתברך בנוגע צו אייך זעלבסט איער מאן און אייערע קינדער שיחיו.

וועגען אייער פראגע בנוגע אייער זון בפרט, זיכער ווייסט איר אז צו יעדער זאך איז גרינגער צו געפינען א עצה ווען מען וויסט די סיבה פון דעם, און דעריבער דיינק איך אז איר וועט ניט אננעמען פאר אומגוט מיין פראגע, און וועט ענטפערען מיר ווי די ווירקליכקייט איז געווען, צי איז אייער זון שי' געבארען געווארן בטהרה - דאס הייסט אז צו יענערצייט האט איר אפגעהיט די אידישע מנהגים פון מקוה און טהרה ווי עס באדארף צו זיין - און נאכן ערהאלטען אייער אויפריכטיקען ענטפער וועל איך אייך ענטפערן מיין מיינונג אין דעם. און דערוויילע - ביזן ערהאלטען אייער ענטפער - ווען איך וועל זיין אי"ה דעם סוף חדש אויף דעם ציון הקדוש פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך זכיר זיין אייער זון שי' צום גוטען געזונט, און ווען איר וועט מיר שרייבען דעם נאמען און מוטערס נאמען פון אייער מאן און אויך דעם נאמען פון אייער טאכטער תחי' וועל איך אויך זיי מזכיר זיין אויף דעם ציון הקדוש.

אין צווישען צייט, האט איר באדארפט בודק זיין די מזוזות פון אייער הויז צי זיי זיינען כשר'ה, און אויך זעהען אז אייער זון שי' זאל שלאפען אין א יארמולקע און טראגען א טלית קטן, און זעלבסטפארשטענדליך עסען נאר כשר'ה מאכלים.

בברכה לה ולכל בני ביתה שיחיו.