ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'ערה

ב"ה, ה' כסלו, תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

בנועם ובשמחה האב איך באקומען אייער בריוו פון יום ב' חיי שרה. איך האב שוין געהאט איבערגעטראכט וואס איך האב פון אייך די גאנצע צייט ניט באקומען קיין ידיעות, נאר צום טייל האט מיר בארואיקט דער בריוו וואס איך האב באקומען פון אייער זון שי', וואו עס איז געווען א גרוס פון אייך.

איך בין צופרידן וואס איר האט געפונען א דירה, און איך האף אז איר און אייער פרוי תחי' וועלן זיך דארט גוט פילן, און איר וועט קענען אויסניצן די צייט אויף ריכטיק צו פארשטארקן דעם געזונט, בריאת הגוף כפשוטו, וואס בא אידן ברענגט עס אויך צו בריאת הנשמה, ווי דער מעזריטשער מגיד האט געשריבן זיין זון ר' אברהם המלאך, וועלכער האט זייער געהאלטן פון תעניתים וסיגופים און איז בכלל געווען אפגעטראגן פון דער גשמיות'דיקער וועלט. זיין פאטער, דער מגיד, פלעגט מיט אים אפט איינטענה'ן און וועלן פועלן, אז ער זאל דינען דעם אויבערשטן ניט אויף דעם וועג. שרייבט דער פאטער צום זון, אז "א קליינע לעכעלע אין גוף מאכט א גרויסע לעכל אין דער נשמה".

מיר זעען דאס אויך בעיני בשר, אז די וואס ווילן דינען דעם אויבערשטן און האבן דערביי ניט קיין בילבולים מצד דעם גוף, ווי שוואכקייט וכדומה, קאן זייער עבודה זיין מיט דער שלימות.

אויסער דעם, ווערט אויך ערקלערט אין א סך ספרים, אז דער גוף איז ניט דעם מענטשנ'ס אייגנטום, נאר דעם אויבערשטנ'ס, במילא דארף דער מענטש זען היטן און אויפהאלטן דעם גוף אין א גוטן צושטאנד (זעלבסטפארשטענדליך, ניט אויף דעם חשבון פון היזק הנשמה). דערפאר איז דאך אויך לויט דעם אידישן דין, אז החובל בעצמו -דער וואס איז מזיק זיך אליין, דעם אייגענעם גוף, איז כאטש אפילו אין מענטשליכן בית-דין באשטראפט מען אים ניט דערפאר, איז ער אבער חייב בדיני שמים. אין דעם אלטן רבי'נס לשון: אין לאדם רשות על גופו כלל להכותו ולא לביישו ולא לצערו בשום צער כו' אלא אם כן עושה בדרך תשובה, שצער זה טובה הוא לו להציל נפשו שחת.

איך האף אז בקרוב וועט איר דארט באקומען א קרייז באקאנטע, אויף וועלכע איר וועט אויך קענען אויסאיבן א השפעה, אז זיי זאלן אין פלארידא ווערן געזונט ניט נאר אין גוף נאר אויך אין דער נשמה.

בא דער געלעגנהייט לעג איך דא ביי די ערשטע ארויסגעגעבענע חוברת לי"ט כסלו, ווי אויך דעם קונטרס לי"ט כסלו, וואו צום סוף זיינען אפגעדרוקט אייניקע בריוו פון כ"ק" מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

איך ווינש אייך צוזאמען מיט אייער פרוי שתי' אויסצוניצן אייער פארברענגען אין פלארידא על הצד היותר טוב בכל הפרטים בהנאה בגשמיות וברוחניות.

בברכה.

א'ערה

מגיד האט געשריבן: ראה התמים חוב' ז' כח 664[664].

אלטן רבי'נס לשון: הל' נזקי גוף ונפש ס"ד.