ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תקמג

ב"ה, ה' אייר ה'תשי"ב

צו די געערטע קינדער פון הוו"ח אי"א נו"מ עוסק

בצרכי ציבור וכו' מו"ה משה אליעזר ע"ה ומרת רחל

עלקא ע"ה קריימער

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך האב זיך דערוואוסט פון דעם בריוו פון הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצרכי ציבור איש רב פעלים וכו' מו"ה אברהם דובער שי', אז היינט באנאכט איז דער יארצייט פון אייער זעליגען פאטער ע"ה, און כ"ב אייר איז דער יארצייט פון אייער זעליגע מוטער ע"ה. וויל איך דערמיט אויסדריקן צו אייך אלעמען מיין וואונש און ברכה, אז דער זכרון פון אייערע עלטערן ז"ל זאל זיין בא אייך לעבעדיק לאורך ימים ושנים טובות.

בכלל איז א יארצייט פארבונדן מיט צוויי תנועות. פון איין זייט, ווי עס ווערט דערקלערט אין ספרים, איז אין דעם טאג האט די נשמה פון דעם נפטר אן עלי', א דערהויבונג, אריבערגייענדיק אין א העכערע גייסטיקע וועלט, וואס דאס איז דאך א שמחה פאר דער נשמה, און במילא אויך פאר אלע אירע נאענטע לאורך ימים ושנים טובות.

פון דעם אנדער זייט, דא למטה, דערפרישט דער יארצייט דעם זכרון פון דעם פטירה, וואס רופט ארויס א תנועה היפך פון שמחה.

באמת אבער, דארף דער יארצייט ארויסרופן דא למטה ניט א תנועה היפך פון שמחה, נאר א תנועה פון ערנסטער באטראכטונג, אריינטראכטונג און חשבון הנפש: צוצופאסן דעם אייגענעם לעבן דא אין דער וועלט, צו דעם לעבנסגאנג פון דער נשמה למעלה - בעלי' אחר עלי'. דאס הייסט, אזוי ווי די נשמה למעלה ווערט אלע יאר אלץ מער דערהויבן, גייענדיק מחיל אל חיל, אזוי דארפן דא למטה די אלע וועלכע זיינען פארבונדן מיט דער נשמה, אויך גיין מחיל אל חיל דורך שטייגען אין תורה עבודה וגמילות חסדים.

און דורך דעם פארשאפט מען אויך די נפטרים דעם גרעסט מעגליכן נחת רוח.

דאס שטרייכט אויך אונטער די גרונט השקפה פון אונזער דת, אז באמת איז דער ענין פון מיתה ניטא אין קדושה בכלל - און בא אידן בפרט. עס איז דא נאר אן איבערגאנג פון איין עולם אין א צווייטן. און בא די וואס איז זייער לעבנסצייט דא למטה זיינען זיי שטענדיק געווען פארבונדן מיט קדושה תורה ומצוות, איז דער אריבערגאנג אין איין ריכטונג אלץ העכער און העכער, מחיל אל חיל, פריער בעולם הזה הגשמי, און דערנאך בעולם הבא, בעלי' אחר עלי'.

בברכה.