ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תקעו

ב"ה, כ"ד אייר, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ט"ז אייר, אין וועלכען איר שרייבט, אז דער דאקטאר האט געזאגט אייער פרוי תחי' וועגען דעם ענין פון עבור, אז דער ארגאניזם איז בא איר ניט ענטוויקעלט ווי געהעריג:

מען דארף זיך ניט שרעקען פון דעם, ווארום עס זיינען פראן הונדערטער און טויזנטער פאלען וואס דאקטוירים רעכענען אז דער ארגאניזם איז ניט ענטוויקעלט, און דאך האבען זיי זרעא חייא וקיימא. אין איינשטימונג מיט דעם, אויב די דאקטוירים גיבען מיטלען אזעלכע ווי פילען און ענליכעס, אבער ניט קיין שארפע, דארף מען טאן לויט זייערע אנווייזונגען, אבער ניט קיינע אפעראציעס או ענליכע שטריינגע מיטלען, און השי"ת זאל העלפען אז אין דער פאסענדער צייט, וואס איך האף אז עס איז ניט ווייט, וועט איר און אייער פרוי שיחיו געבענטשט ווערען מיט א ולד חייא וקיימא.

עס איז באוואוסט - און עס איז שוין געדרוקט - דער בריף פון רבינו הזקן, אין וועלכען ער שרייבט, אז א סגולה צו האבען קינדער איז, צו עוסק זיין זיך אין אזא לימוד וועלכער בריינג[ט] צו אהבת השם יראתו ית' וואס דאס איז דער לימוד החסידות, און דעריבער האט איר באדארפט מיט עמיצען פון אייערע שכנים קובע זיין א שיעור אין חסידות לערנען, לכל הפחות דריי מאל א וואך (דאס הייסט אז עס זאל ניט דורכ[ג]יין דריי טעג אן לערנען א שיעור אין חסידות). זעלבסטפארשטענדליך אז איינער פון די דריי טעג דארף זיין שבת קדש און די אנדערע צוויי טעג ווי עס וועט זיין באקוועמער.

זיכער היט אפ אייער פרוי תחי' דעם גוטען מנהג פון אידישע טעכטער צו געבען פאר צדקת רבי מאיר בעל הנס, יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב, און איר דארפט אנזאגען איר, שטריינג צו אפהיטען גיין מיט א צוגעדעקטער קאפ, איך האף אז איר ביידע וועט אויספאלגען דאס אויבענדערמאנטע וועט איר מיר קענען אנזאגען בקרוב א גוטע בשורה אז אייער פרוי האט פארשווענגערט בכדי איך זאל דאס קענען איבערגעבען אויף דעם ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

בברכה לו ולזוגתו שיחיו לחג השבועות שמח ולבשר בשורות טובות.

א'תקעו

בריף פון רבינו הזקן: מאה שערים לח, א. סה"מ הקצרים ע' תס-תסב. ראה לעיל ח"ה אגרות א'רמד. א'שפז. לקמן א'תרפו.