ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תקעח

ב"ה, כ"ד אייר, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב ערהאלטען אייער בריף פון /13;5amp& אין וועלכען איר פרעגט אין נאמען פון אייער זון, א עצה וועגען דעם שידוך וואס מען לייגט אים פאר, און בא עם איז ניט זיכער אויב די עלטערן פון דער מיידעל וועלען עם קאנען ארויסהעלפען מיט גרעסערע סומעס.

מיין מיינונג אין דער איז, וויבאלד אז איר שרייבט אז זי האט מעלות וועלכע פאסען פאר אייער זון, דאס איז דער עיקר בא א שידוך, און וועגען פרנסה וועט זיי השי"ת העלפען, און מן הסתם וועלען אויף דער ערשטער צייט לכל הפחות די עלטערען פון ביידע צדדים ארויסהעלפען, און בפרט אז איר שרייבט אז די עלטערן פון דער מיידעל האבען א פאבריק.

איר שרייבט, אז איר טראכט איבער וועגען א קפידא אויף אייך פון הרב... וואס מען האט פארגעשלאגען זיינע א טאכטער פאר אייער זון שי', אויף דעם איז מיר שווער צו ענטפערן ניט וויסענדיק קיין פרטים אין דעם, אויף ווי ווייט עס האט זיך גערעט דער שידוך, אויב אייער זון האט זיך ניט באגעגענט מיט איר און איר האט גארניט פארשפראכען, איז ניטא וואס איבער צו טראכטען וועגען דעם, אבער אויב אייער זון האט וואס פארשפראכען איר, איז דענסטמאל דארפמען בעטען מחילה בא איר, און זיכער וועט איר מיר שרייבען מער פרטים אין דעם.

ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך מזכיר זיין אייך, אייער פרוי און אייער זון שיחיו, יעדערן פון אייך צו וואס ער באדארף.

מיט א וואונש פאר א פרייליכן יו"ט שבועות.

נ"ב: זיכער היט איר אפ צו זאגען תהלים אלע טאג און אויך דער שיעור פון לערנען חומש, און אייער פרוי גיט צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב, ווי איך האב אייך שוין געשריבען אין די פריערדיקע בריף.