ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תקצ

ב"ה, כ"ו אייר, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

עס האט מיך געפרייט צו דערוויסען זיך פון אנ"ש בארצנו הקדושה, אז איר זייט געקומען דארטן אויף א באזוך, און איך האף אז איר וועט אויסניצען אייער באזוך אין ארצנו הקדושה ת"ו אויף א גוטען אופן די גאנצע הונדערט פראצענט.

לויט מיין מיינונג איז העכסט נויטיג אז איר זאלט ארומקוקען און צוקוקען זיך בהנוגע צו א שידוך, און זיכער האט איר דארט פריינד, און לויט דעם אויסשפראך פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז אלע חסידים זיינען ווי איין משפחה, איז קיין צווייפעל בא מיר, אז אנ"ש דארטען וועלען אייך העלפען אין דעם און אויך די אנדערע ענינים ווייפיל זיי וועלען נאר קענען, און אז איר וועט טאן אין דעם מיט דער געהעריקער ענערגיע, וועט השם יתברך העלפען אז עס זאל זיין בהצלחה.

איך רעכען אז עס איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אייך אויף דעם נאמען פון ארץ ישראל, וואס עס איז ניט נאר וואס אידן רופן זי אזיי, נאר אויך בא דער גאנצער ניט אידישער וועלט, ווערט זי אנגערופען די הייליקע לאנד, און ווי עס שטייט אין דער תורה הקדושה אז דאס איז א לאנד, וואס עיני הוי' אלקיך בה מראשית השנה עד אחרית שנה, דאס הייסט, אז אויף וויפיל נאהענט מען זאל ניט זיין צו הקדוש ברוך הוא זייענדיג אין חוץ לארץ ישראל, דארפמען האבען דעם געפיל פון א פיל גרעסערע מאס נאהענטקייט צו השם יתברך זייענדיק אין ארץ ישראל.

און אט אזוי ווי איינער וועלכער געפינט זיך אין א שטארק באלויכטען ארט, און פארמאכט די אויגען, און וויל בשום אופן ניט עפענען זיי צו איבערצייגען זיך אז עס איז טאקע ליכטיג, און וועט זאגען אז עס איז פינסטער, איז זעלבסטפארשטענדליך אז דאס ענדערט ניט דעם פאקט אז דער ארט איז העל באלויכטען. אט אזוי איז אויך בנוגע צו ארץ ישראל אז ווען אפילו די נשמה-אויגען - זיינען צוליב פארשידענע סיבות - ניט פולשטענדיג אפען, ענדערט דאס אבער ניט דעם אמת, אז דאס איז א לאנד וואס עיני הוי' אלקיך בה תמיד,

במילא אז מען האט די זכי' צו זיין נאך נעהענטער צו הקדוש ברוך הוא, איז זיכער אז מען קריגט צו א צוגאב כח אין דער נשמה, אויף צו קאנען ערפילען און בריינגען אלע גוטע החלטות אין א פועל ממש אין טאג טעגליכען לעבען, און די אלע זאכען, וועלכע זעהען אויס צו זיין אונמעגליך צו מקיים זיין זיי, איז זייענדיק אין ארץ ישראל, האט מען די געלעגענהייט צו איבערצייגען זיך אז עס איז פיל גרינגער ווי מען האט געדאכט פריער, און ניט נאר וואס עס בריינגט ניט קיין היזק ח"ו, נאר אדרבה עס העלפט גאר נאך אין די אלע זאכען וואס מען נויטיגט זיך.

זעלבסטפארשטענדליך, אז [איך] בין ניט אויסען צו זאגען דרשות, נאר בנוגע צום פועל ממש: יעדערער פון אונז איז ניט פאלקאם גאנץ אין אלעס, במילא פעלט עם אויך אין געוויסע ענינים פון תורה ומצות, וואס על פי רוב האט מען א

אמתלא - בארעכטיקונג - אויף דעם, אז עס איז שווער צו פארווירקליכען אין לעבען צוליב פרנסה, שכנים, אדער מצד דעם אייגענעם גוף, אבער ווען מען טראכט זיך אריין, אפילו נאר אויף א קורצע וויילע, איז דאך קלאהר, אז וויבאלד אז ער ברוך הוא איז דער באשעפער פון דער וועלט און אויך דער באשעפער פון דעם מענטשן, און פאדערט דאס פון דעם מענטשן, וועט ער זיכער ניט פאדערען אזעלכע זאכען אויף וועלכע ער - ברוך הוא - זאל ניט האבען געגעבען כחות אויף צו קענען טאן דאס, און במילא איז דאך קלאהר אז דאס ווענדעט זיך נאר אין דעם מענטשן אליין זעלבסט,

אויך איז פארשטענדליך, אז ג-ט ברוך הוא וועלכער איז דער תכלית הטוב, וועט ניט פאדערען פון דעם מענטשן, צו טאן אזעלכע זאכען, וועלכע זאל אים שאדען טאן, און אין געגען טייל, ווען ג-ט ברוך הוא, פאדערט דאס, איז דאס ניט וואס מיט דעם טוט מען א טובה צו הקב"ה, ווארום עם - ב"ה - פעלט גאר ניט, און דארף ניט קיין טובות פון מענטשן, נאר דאס איז גאר א טובה פאר דעם מענטשן, און ער - דער מענטש - זאל גרייכען זיין אמת'ן גליק בגשמיות וברוחניות, ווען מען פירט זיך אין אזא פירונג ווי הקב"ה פארלאנגט, קען מען באמת זיין גליקלעך, און ווי פריער געזאגט, אז אפילו ווען עס דאכט זיך אז דאס איז שווער, איז דאס ניט מער ווי א נסיון, און מיט א געהעריקער צוגעטראגענקייט קומט מען דאס אריבער, און מען איז נאך צופרידען פון דעם נסיון, וואס נאך דעם זיינען די פעולות פיל געשמאקער און איינגענעמער.

און אין די טעג וועלכע מיר אלע בתוך כלל ישראל, גייען פייערן דעם יום טוב שבועות, דעם זמן מתן תורתנו, דארפן מיר אלע טיף איינקריצן אין זכרון, דעם כלל ישראל אויסגעשריי בא מתן תורה, נעשה ונשמע, אז יעדערער זאל אויך היינט קענען נעמען אויף זיך "נעשה ונשמע", וואס דאס איז די ריכטיגע וועג פאר יעדער איינעם פון אונז, צו קומען צו א גליקליכען גוטען לעבען מאטעריעל און גייסטיג.

מיט א וואונש צו מצליח זיין אין אייערע ענינים איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות אין דעם.

א'תקצ

נדפסה בלקו"ש חי"ד ע' 212, והושלמה ע"פ העתק המזכירות.