ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תקצה

ב"ה, כ"ו אייר, תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

זיינער צייט האב איך ערהאלטען אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט אז איר זייט געווארען די כלה פון האברך הוו"ח אי"א מו"ה... און בעט א ברכה אז עס זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת. איר שרייבט אויך אז איר זייט ניט פון א חסידישער משפחה און ווייסט ניט פיל פון די זאכען וואס איר דאפט וויסען, אבער איר וועט פארזוכען צו לערנען דאס ווי מעגליך פריער דורך אייערע יעצטיגע געווארענע קרובים... שיחיו:

עס האט מיך געפרייט צו לייענען אלעס וואס איר שרייבט אין אייער בריף, און בענטש אייך און אייער חתן שיחיו אז איר זאלט באשטימען די חתונה אויף א גוטער שעה, און זי זאל זיין אין א גוטער גליקליכער שעה און בויען א הויז בישראל אויף די יסודות פון תורה ומצות, ווי עס איז ערקלערט געווארען אין תורת החסידות, בדרכי החסידות ומנהגי החסידות.

דאס וואס איר שרייבט, אז איר זייט ניט פון א חסידישער משפחה, דארפט איר זיך פאר דעם ניט שרעקען, ווארום לויט דעם אויסשפראך פון רבינו הזקן בעל התניא, איז חסידות א זאך פאר כלל ישראל, און עס איז געשריבען און אויבערגעגעבען געווארען אין אזא אופן, אז יעדער איד מאן און פרוי זאלען גרייכען צו דעם, און קענען פירען זיך אין טאג טעגליכען לעבען לויט די אנווייזונגען פון תורת החסידות, מען דארף נאר וועלען, און דענסטמאל ווייזט השי"ת די וועגען און גיט אויך די מעגליכקייט אויף צו פארווירקליכען דאס אין לעבען.

זיכער ווייסט איר אז בא מתן תורה, וואס מיר גייען פייערן די נאהענסטע טעג, ווערט דערציילט אין מדרש, אז השי"ת האט געזאגט צו משה רבינו, אז פריער זאל ער דערציילען וועגען דעם צו די פרויען. דאס איז א לעהרע אויף פילע ענינים בא אידען, ובפרט - אז ווען מען גייט בויען א הויז, סיי א אינדיווידועלע אדער א כללית'דיקע, ליגט א עיקר אחריות אויף די פרויען, וואס זיי זיינען די עקרת הבית, דער עיקר פון דער הויז און ווי מ'זעהט דאס בעשיינפערליך פאקטיש, אז די פירונג פון דער הויז און ווער רעט די ערציהונג פון זין און טעכטער און אפילו די הנהגה פון דעם מאן, היינגט אפ אן דער פרוי, במילא דאר[ף] די פרוי וויסען די פאראנטווארטליכקייט וועלכע ליגט אויף איר, און זי קען אויך זיין זיכער אז וויבאלד השי"ת פאדערט דאס, גיט ער ברוך הוא אויך די מעגליכקייט און די כחות אויף צו בריינגען דאס אין טאג טעגליכען לעבען.

השם יתברך זאל אייך העלפען אז איר זאלט איינשטעלען אייער הויז און פירן זי ווי אויבען געזאגט, און זאלט האבען א פרייליכען יום טוב שבועות און דערנאך אויך אין פארלויף פון גאנצען יאר אין א לעבען פון תורה ומצות.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

המזכיר