ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תקצט

ב"ה, א' סיון, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

מיט פרייד האב איך ערהאלטען אייער בריף פון כ"א אייר. איך האב שוין איבערגעטראכט וועגען דעם וואס איך האב שוין א לאנגע צייט ניט געהערט וועגען אייער געזונט און דעם געזונט פון אייער פרוי שיחיו, און ג-ט דאנק וואס איר גייט שוין אין גאס און אויך אין שול, און ווי איך זעה פון אייער בריף, אז אויך דער געזונט פון אייער פרוי תחי' פיל בעסער ווי פריער, און וויבאלד מען זעהט דאס מיט פליישיגע אויגען אויך אז השי"ת האט אייך געזונט געמאכט און אויך דער געזונט פון אייער פרוי בעסערט זיך, דארפמען זיין שטארק אין בטחון צו השי"ת, אז עס וועט גיין אלץ בעסער און בעסער, ביז אז איר אליין וועט אויך זיין צופרידען.

עס איז פארדריסליך און טוטוויי צו לייענען אין אייער בריף די "ניט נויטיקע" אויסדריקען, צוליב וואס טוט איר דאס? און בפרט פון א אידן א מאמין, און וועלכער קאן נאך בעאיינפלוסען אנדערע, דורך דעם וואס מען איז שוואך אין בטחון בהשם יתברך, איז ערשטענס שאדט דאס אין רוחניות און אין געזונט, און צווייטענס, נעמט דאס אפ דעם ווילען און לוסט צו באווירקען אנדערע מאכען זיי לעבעדיקער און מוטיגער.

איך האף אז צו דער צייט פון ערהאלטען מיין בריף, וועט זיך בא אייך בייטען די שטימונג צום גוטען, און וועט זעהען צו נאכפאלגען די אנוייזונג פון אונזער תורה הקדושה, עבדו את הוי' בשמחה, וואס ווי עס ווערט געבראכט אין די ספרים הקדושים, אז מען דארף און מען קען דינען השם יתברך ניט נאר מיט תפלה און תורה, נאר אויך ביים עסען און טרינקען און ענליכעס, אין דעם לעבען מיט שמחה, און דענסטמאל איז אויך על פי פשוט זעהט מען זיך געזונטער מוטיקער און מען טוט אויף פיל מער פאר זיך און אויך פאר דעם אנדערען.

איך שליס מיט א וואונש אז די מדת הבטחון זאל זיך שטארקען בא אייך וואס פריער, און זאלט האבען א רוהיגען פרייליכען יום טוב שבועות און דערנאך ממשיך דאס זיין אויף א גאנץ יאר.

בברכת החג.