ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תרה

ב"ה, ב' סיון, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

צו דעם טאג פון אייער חתונה מיט אייער ב"ג תחי', שיק איך אייך מיין ברכה: ברכת מזל טוב מזל טוב איר זאלט בויען אייער הויז אויף די פונדאמענטן פון תורה און מצות און דורכגעווארעמט מיט די ווארימקייט פון אמת'ע ליבע צו השם יתברך, צו תורה און צו א צווייטען אידען, לויט דער אויסשפראך פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, איז דאס, אהבת השם, אהבת התורה ואהבת ישראל, וואס די אלע זאכען אין איינעם, איז איינס, און איר זאלט זוכה זיין, אז אייער הויז זאל זיין א ווארימע אידישע הויז, מיט הכנסת אורחים און באלויכטען מיט דעם נר מצוה ותורה אור.

בברכת מזל טוב מזל טוב.

א'תרה

אהבת... איינס: ראה גםלעילח"ה אגרות א'שפו. א'תטז.