ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תרט

ב"ה, ג' סיון, תשי"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ מו"מ באמונה

מוה"ר יעקב שי' הכהן

שלום וברכה!

הגם איך האף - בלי נדר - צו ריידען מיט אייך דורכן טעלעפאן ערב יום טוב אי"ה, דאך אויף דעם יסוד וואס ווערט געבראכט אין ספרים, אז דאס וואס קומט אראפ אין מעשה, האט דאס מער קיום, וויל איך דא אויסדריקען מיין ברכה צום יום טוב שבועות, און אין דעם נוסח ווי מיין שווער כ"ק אדמו"ר פלעגט בענטשן פאר שבועות, לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות, איר איער פרוי און קינדער שיחיו, און דאס זאל זיין מתוך מנוחת הנפש ומנוחת הגוף און זאלט קענען פארגרעסערען אייערע פעולות טובות בתורה ויראת שמים וגמילות חסדים ווי דער פסק התורה איז, מעלין בקדש, וכל המוסיף מוסיפין לו בכל הענינים שהוא וב"ב שיחיו זקוקים להם בגשמיות וברוחניות.

בברכת החג.

א'תרט

מוה"ר יעקב שי': כ"ץ. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ה א'רצד, ובהנסמן בהערות שם.