ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תרטז

ב"ה, ג' סיון, תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

מען האט מיר איבערגעגעבן א גרוס פון אייך און אויך אייער שרייבען וועגען אייער פראגע, צי זאלט איר נעמען צו ערציהען א קינד:

אויב עס איז מעגליך צו נעמען אזא קינד וועלכער איז געבארען געווארען בכשרות ובטהרה, ווערט דאס אויך גערעכענט פאר א סגולה צו האבען אייגענע קינדער, ווען מען נעמט דאס קינד צו ערציהען עם אין דעם וועג פון תורה ומצות, און השי"ת זאל העלפען אייך און אייער מאן שיחיו און ערפילען אייער פארלאנג צום גוטען מיט א גוטען געזונטען קינד.

מיט א וואונש פאר א פרייליכן יום טוב שבועות.