ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תרלא

ב"ה, י"ב סיון, תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

דורך הרה"ג והרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר יוסף שי' הלוי וויינבערג, האב איך ערהאלטען אייער פראגע, ועגען דעם וואס איר ווילט בויען א אפארטמענט הויז אויף דעם ליידיקען פלאץ וואס איר האט, איז אייער פראגע אין דעם, צי זאלט איר פארקויפען א האלבען פלאץ און מיט די געלט בויען די הויז, אדער איר זאלט נעמען א שותף צו דעם, אדער אפווארטען ביז די אלגעמיינע לאגע וועט זיך בעסערן, וועט אייך זיין דענסטמאל גרינגער צו קריגען געלט אויף בויען:

מיין מיינונג אין דעם איז, אויב די פרייזען פון ליידיקע פלעצער זיינען ניט געפאלען יעצט, וואלט כדאי געווען צו פארקויפען א האלבען ליידיקען פלאץ און מיט דעם געלט בויען אויף דעם אנדער האלבען פלאץ, אבער אלענספאל ניט פארבינדען זיך מיט א שותף,

בכלל איז דער געדאנק צו בויען א הויז א גלייכער, אבער בכדי עס זאל זיין בהצלחה בגשמיות וברוחניות, איז מיין מיינונג אז גלייכצייטיג מיט אנהויבען בויען די אפארטמענט הויז, איר זאלט אויך ביישטייערן געלט אויף צו בויען חדרים אדער א טייל פון הויז, אין כפר ספריא-חב"ד, אדער לוד, אין ארצנו הקדושה, וואו עס געפינען זיך חסידים וועלכע האבען זיך געראטעוועט פון פולין און רוסיא, און האבען ניט די מעגליכקייט צו בויען די וואהנונגען אין וועלכע זיי נויטיגען זיך, אויף צו לעבען, לערנען און דאוונען, און השי"ת זאל אייך העלפען אז דער בויען פון דעם אפארטמענט הויז און אויך די חדרים און הייזער פאר די פליטים אין כפר חב"ד אדער לוד בארצנו הקדושה זאלן ביידע זיין אין א גוטער גליקליכער שעה אין אלע פרטים פאר אייך.

הרה"ג וויינבערג שי' דערמאנט ניט וועגען אייער געזונט און דעריבער האף איך אז עס איז צופרידענשטעלענד, און השי"ת זאל אייך העלפען איר זאלט קענען פארטזעצען אייער[ע] גוטע מעשים פאר תורה און מצות און נאך אין א גרעסערער מאס ווי ביז יעצט.

בברכה להצלחה.