ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תרלו

ב"ה, י"ב סיון, תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

ברכה ושלום!

איך האב ערהאלטען אייער ספעשל דעליווערי בריף אין וועלכען איר באשרייבט דעם באזוך מיט אייער טאכטער שתליט"א בא דעם דאקטאר, און אז ער האט פארגעשלאגען מאכען פארשידענע טעסטען בכדי צו פעסט שטעלען צו וועלכער קאטעגאריע זי באלאנגט, און באשרייבט אויך די קאטעגאריעס. ווי עס זעהט זיך פון דעם טאן פון אייער שרייבען, האט מען אייך געמאכט שווער אויפן הארצען, און איר פרעגט מיין מיינונג ועגען מאכען די טעסטען:

לויט מיין מיינונג זעה [איך] פון דעם ניט קיין אונטערשייד אין דער ערציהונג פון אייער טאכטער, וואס די טעסטען זאלן ניט ווייזן און ווי באלד אז דאס בריינט ניט קיין נוצען, איז דאך אויף וויפיל עס זאל ניט זיין אונשעדליך די טעסטן, אבער דאס ווערט דאך געטאן דורך עלעקטרי נעבען קאפ און ענליכעס, איז שווער צו פאראויסזאגען צי דאס וועט ניט בריינגען קיין היזק חלילה, און אזעלכע זאכן טוט מען נאר דאן ווען מען איז געצוואונגען אין דעם, און בפרט אז די אלע טעסטען איז נאך ניט קיין זיכערער באווייז, ווארום דאס איז ערשט א פאר יאר אז מען האט דאס אויפגעטאן, און האלב טאפט מען אין דער פינסטער, איר דארפט נעמען אין אכט אויך דאס, אז איר אליין האט דאך אויך געזעהען אז דאקטוירים האבן ניט געטראפען מיט אייער טאכטער און עס זעהט זיך אין איר א בעסערקייט מער וויפיל מען האט גערעכנט און זיכער איז אז אויך ווייטער וועט אזוי אנהאלטען, במילא ווייס איך ניט צוליב וואס דארפט איר פארלירן געלט און אנשטריינגען זיך וועגען דעם בנוגע טעסטען וועלכע זיינען אן א נוצען און אין בעסטן פאל ניט מער ווי אן היזק.

וואס אנבאלאנגט צום דאקטארס פארשלאג צו אריינזעצן אייער טאכטער אין א טשער וכו' איז מיין מיינונג אז אין די אלע זאכען, ווען עס איז דא אויף דעם א צושטימונג פון צוויי דאקטוירים קען מען זיך פארלאזען אויף דעם, און השי"ת זאל געבען די דאקטוירים דעם ריכטיקען געדאנק אויף דעם ריכטיקער באהאנדלונג פאר אייער טאכטער שתליט"א און די דאקטוירים זאלען זיך באנוצען מיט דעם כח וואס די תורה האט זיי געגעבען אויף צו היילען, אויף עפעס אנדערש זיינען זיי קיינע בעלי בתים, און ווען מען הערט פון א דאקטאר א שווערן ווארט, דארפמען ניט לייגען קיין אכט אויף דעם, און מען דארף דאס אננעמען ניט מער ווי פאר א נסיון פון השי"ת וואס ער ברוך הוא וויל אויספרובען אייך און אייער מאן הרב שיחיו אין דעם אמונה ובטחון בכח השי"ת, און וואס מער איר וועט זיך שטארקען אין אייער בטחון בהשי"ת אלץ פריער וועט איר זעהן מיט אייערע פליישיקע אויגען די געזונט בעסערונג פון אייער טאכטער, און השם יתברך זאל העלפען אייך און אייער מאן הרב שי' אז דאס אלעס זאל קומען במהרה ממש.

איך רעכן אז עס איז איבעריג צו ווידערהאלן וואס איך האב שוין געשריבען, אז אויף וויפיל עס איז מעגליך זאלט איר איינטייל נעמען אין דער צוגרייטונג וואס מען באדארף צו א חסידישן פארבריינגען וועלכע קומט פאר בא אייך אין שטאט, וואס דאס וועט אויך זיין א באווייז אז איר זייט זיכער אין דער הילף פון השי"ת אז ער וועט זיכער דערפרייען אייער און אייער מאנס הרב שי' הערצער.

בברכה לרוב נחת מבתה עם בעלה הרב שי'.