ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תשיא

ב"ה, ט"ו תמוז, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

דורך הוו"ח אי"א נו"נ מו"מ באמונה וכו' מוה"ר יעקב שי' הכהן כ"ץ, האב איך באקומען אייער בקשה פאר א ברכה און בפרט אויף דעם וואס איר מיט אייער כלה שיחיו האבען באשטימט דעם טאג פון אייער חתונה אויף זונטאג דעם טאג נאך שבת נחמו:

איך ווינש אייך אז אייער חתונה זאל זיין אין א גוטער גליקליכער שעה ובמזל טוב און זאלט בויען א אידישע הויז אויף די יסודות פון תורה ומצוה.

זעלבסטפארשטענדליך אז עס איז איבעריג צו באטאנען אז דער טיפער זין פון חתונה איז, וואס מען גייט צוזאמען בויען א לעבן און א גליקלעכן לעבן, א בנין אויף לאנגע גוטע יארן, איז זעלבסטפארשטענדליך אז דער עיקר איז אז דער פונדיישאן אויף וועלכען דער בנין ווערט אויפגעשטעלט זאל זיין פון שטארקען מאטעריאל, וועלכער זאל קענען ביישטיין פארשידענע ענדערונגען פון טעמפעראטור, נעץ, ערד ציטערניש, און ענליכעס, און אזוי איז אויך ווען מען גייט בויען צוזאמען א לעבען, דארפמען דאס אוועקשטעלען אויף די יסודות פון תורה ומצות, וואס דאס זיינען די שטארקסטע מאטעריאלען וועלכע זיינען נאר פראן, און וועלכע האבען בייגעשטאנען דעם טעסט פון פארשידענע שוועריגקייטן אין פארלויף פון די בערך ארום 2/31 טויזענט יאר זינט תורה ומצות זיינען געגעבען געווארען אונז פון השם יתברך, און דאס זיינען די כלים אויף אויפנעמען די ברכות פון השם יתברך אז עס זאל זיין א אמת'ר גליקליכער לעבען, און השם יתברך זאל אייך העלפען ווי עזאגט במזל טוב און א בנין עדי עד על יסודי התורה והמצוה.

בברכה.