ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תשמה

ב"ה, א' מנ"א, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

קבלתי הפ"נ שלו בעדו ובעד בני ביתו שיחיו, בו מבקש ליתן איזה שמירה לזוגתו ולבנו שיחיו, הנני כותב בזה באידיש כדי שיוכל לקרות הכתוב כמו שהוא לזוגתו תחי'.

אייער מאן שי' שרייבט מיר אז איר פילט ניט אזוי גוט אין געזונט, און זייט נערוועז, און אויך אז איר האט געהאט א חלום, אז איר זאלט בעטען בא מיר א שמירה:

די שמירה איז דאס, אז איר זאלט בודק זיין די מזוזות פון אייער הויז, און זעהן אז זאלען זיין אלע כשר'ה, און יעדער ערב שבת קדש און ערב יום טוב, פאר ליכט צינדען, געבען צדקה 18 סענט פאר צדקות רמבעה"ן - רבי מאיר בעל הנס - אויך אז אייער מאן שי' זאל זאגען אלע טאג אין דער פריה נאכן דאוונען א יום תהלים - ווי דער תהלים איז פאנאנדערגעטיילט אויף די טעג פון חדש - און אז אייער מאן און אייער זון שיחיו זאלן טראגען א טלית קטן, און זיכער איז איבעריג צו מאכן אויפמערקזאם, אז די הויז זאל זיין א שטריינג כשר'ה און פירן זיך אין אלעס ווי א אידישע הויז דארף געפירט ווערען, און דער עיקר איז צו זיין שטארק אין בטחון בהשם יתברך, וואס ער - ברוך הוא - איז דער באשעפער פון דער וועלט און פירט זי אן, און אזוי פירט ער ברוך הוא אן דעם לעבען פון יעדער איינצעלן מענשן, אז ער ברוך הוא וועט היטען אייך אייער מאן און זון שיחיו, איר האט גארניט וואס צו איבערטראכטען אין דעם, און וואס אלץ מער אירט שטארקען אייער בטחון, אין דעם, וועט איר זעהען קלאהרער אז השם יתברך העלפט אייך ובפרט אין אייער געזונט וועלכע וועט גיין צו בעסער און אויך דער געזונט פון אייער זון אברהם עוזר שי' און איך האף אז איר און אייער מאן שיחיו וועלען קענען אנזאגען מיר גוטע בשורות אין דעם.

אייעאר נדבה איז איבערגעגעבן געווארען צו דער קאסע וועלכע העלפט ארויס די חדרים, ישיבות און תלמוד תורה'ת "אהלי יוסף יצחק" אויף דעם נאמען פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און דאס זאל אייך דינען אלס צנור וכלי צו ממשיך זיין א צוגאב ברכה והצלחה אייך אלעמען אין וואס איר נויטיגט זיך.

המחכה לבשורות טובות.