ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תשנה

ב"ה, ו' מנ"א, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו הערען אז שוין עטליכע חדשים אז איר געפינט זיך אין דערהיים, און איך האף צו באקומען פון אייך א בריף אין וועלכען זאל געשריבען ווערען מיט מער פרטים וועגען אייער געזונט צושטאנד.

זיכער ווייסט איר דעם פסק דין פון די פוסקים, און עס איז אויך געדרוקט וועגען דעם אין "התמים", צווישען די בריף וואס דער מעזריטשער מגיד האט געשריבען צו זיין זון, אז א לעכעלע אין גוף מאכט א לעכעלע אין דער נשמה, או דאס גיט אונז צו פארשטיין, די וויכטיגקייט אז א מענש בכלל און א איד בפרט דארף היטען דעם געזונט פון זיין גוף, און דאס איז איינע פון די וועגען פון עבודת השם יתברך ווי דער רמב"ם שרייבט אין הלכות דיעות פרק ד': היות הגוף בריא ושלם מדרכי השם הוא. עס איז אויך באוואוסט אז דער בעל שם טוב האט איינגעפירט דעם סדר אין עבודה, אז עס דארף זיין "עבדו את ה' בשמחה" און מיר האבען פילע מאל געהערט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, דעם בעש"ט ווארט אויף דעם פסוק כי תראה חמור וגו', עזוב תעזוב עמו, (און עס איז אויך געדרוקט שוין אין דעם "היום יום") און דער תוכן פון דעם ווארט איז, אז דינען השי"ת איז ניט דורך פייניגען דעם גוף, נאר מיט דעם גוף אליין, און אז מען האט דאס אונדז דערציילט און געמאנט פון אונז, איז א סימן אז דאס איז אונזער עבודה און אז דאס איז דער דרך החסידים.

זעלבסטפארשטענדליך, אז איך בין ניט אויסען א דרשה, נאר בנוגע צו [...] אל הפועל ממש, אז זייענדיק יעצט אין דעם היים, און ניט מער אונטער דער אויפזיכט פון דאקטוירים ח"ו, זאלט איר ניט אנשטריינגען אייער גוף, און אדרבה אויפאלגען די אנווייזונגען פון די דאקטוירים און זעהען אז איר זאלט האבען א געזונטען גוף אין גשמיות, וועט איר זיין געזונט ברוחניות, און השי"ת זאל העלפען אז איר צוזאמען מיט אייער פרוי זאלט מגדל זיין אייערע קינדער שיחיו לתורה לחופה ולמעשים טובים מיט פיל אידישן נחת מתוך מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, איך האף צו הערען פון אייך גוטע בשורות אין דעם.

בברכה - המחכה לבשו"ט.

א'תשנה

בריף... מגיד: ראה גם לעיל ח"ה א'ערה.