ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תשנח

ב"ה, ז' מנ"א, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון מוצש"ק מ[ט]ו"מ אז איר זיי[ט] שוין אין דערהיים און האט אויך מיטגעבראכט אייער טאכטער, איר שרייבט אבער ניט די אורזאך וואס אויך אייער טאכטער איז מיטגעפארען, צי איז דאס וויילע זי האט שוין פארענדיקט דאס וואס זי האט געוואלט, אדער עס איז א אנדער אורזאך בא דעם, ווארום זיכער איז די סביבה אין לונדון וואו זי איז געווען ביז יעצט, א שטריינג רעליגיעזע און אפילו זי האט געביינקט נאך די עלטערן און די עלטערן נאך איר, דארפמען אבער אויסניצען די יונגע יארען וועלכע זיינען שייך צו חינוך צו געבען דעם מאקסימום חינוך וואס מען קען נאר געבען, אבער וויבאלד די זאך איז דאך שוין אפגעטאן, דארפמען האפען אז דאס וועט זיין צום גוטען, און איר און זי וועלן זיך ניט באנוגענען מיט דעם וואס זי וועט לערנען אליין בא מרת..., נאר וועט אויך זעהען צו שאפען א סביבה וואו זי זאל געפינען דעם זעלבען גייסט, ווי אין לונדון, פילייכט וואלט גלייך געווען, אז זי זאל זיין א משפיעה פאר א גרופע אידישע טעכטער, וואס דאס אליין וואלט מיטגעבראכט אז זי זאל זיך מער פארטיפען אין דעם.

איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף אז דער געשעפט אין די אינזלען האט זיך פארגליכען, און איך האף אז דאס וועט זיך ארויסווייזען פאר א גוטען צנור פון פרנסה.

וועגען די געשעפטען אין אייער מדינה, געדיינקט איר זיכער וואס איך האב גערעט מיט אייך, אז איר דארפט אויסגעפינען צי האט איר וועמען איינג געמאכט דורך אייערע געשעפטען, און אויב יע, צו פאריכטען דאס, און האפענטליך האט איר דאס געטאן אדער איר טוט דאס יעצט, און איך האף אז איר וועט קענען אנזאגען מיר א גוטע בשורה, אז איר זעט השגחה פרטית אפילו בעיני בשר, איר דארפט ניט איבערטראכטען וועגען די פריערדיקע שותפים אז זיי קענען אייך, ניט גוטעס טאן, ווארום הקב"ה איז דער בורא עולם, האלט עם אויף און פירט עם אן, און ער ברוך הוא, איז דער אמת'ר בעל הבית אין אלע פרטים ופרטי פרטים, ויהי רצון מהשי"ת, אז ער זאל אייך געבען פרנסה בהרחבה, און זאלט טאן ווי דער אלטער רבי בעל השו"ע והתניא האט געזאגט, אז השם יתברך גיט אידן גשמיות און די אידן מאכן פון גשמיות רוחניות.

בברכה המחכה לבשורות טובות.

נ"ב: זיכער איז איבעריג צו בעטען אייך נאך אמאל און באדאנקען פאר דער הילף וואס איר האט געגעבען און גיט צו אנ"ש שיחיו אין אייער מדינה, און האף אז ווי יעדער לעבעדיגע זאך, וואקסט עס, און בפרט א דבר שבקדושה, וועט איר מקיים זיין דעם מרז"ל מעלין בקדש.