ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תשע

ב"ה, י"ב מנ"א, תשי"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר בן ציון שי'

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו הערען פון די אברכים מו"ה ישראל גארדאן ומו"ה משה לעווערטאוו שיחיו, וועגען די הכנסת אורחים וואס זיי האבען געהאט בא אייך און הילף אין זייער ארבעט, אויך שרייבען זיי מיר וועגען...

בכלל גלויבען אלע אידען, דאס וואס עס שטייט אין פסוק אז, מד' מצערי גבר כוננו, און נעמענדיק אין באטראכט, אז הקב"ה איז עצם הטוב ומטבע הטוב להיטיב - וואס דער אויסדרוק ווערט געזאגט אויף הקדוש ברוך הוא - איז דער באדייט פון מד' מצערי גבר כוננו, אז השי"ת בריינגט א אידען אין א פארווארפענער שטאט און אין א פרעמדע סביבה, אין וועלכער ער איז ניט צוגעוויינט, במילא מאטערט ער זיך ברוחניות אדער בגשמיות און אמאל אין ביידע, דארף בא אידן זיין אפגעלייגט מיט א געוויסקייט, אז השי"ת האט דאס ניט געטאן בכדי צו מאטערן עם, נאר ער האט א געוויסע שליחות צו אוי[ס]פירן אין דעם ארט, און בכדי אז אויך דער גוף ונפש הבהמית זאל מסכים זיין אויף דעם, פארבינדט מען דאס מיט גשמיות'דיקע ענינים, ווי פרנסה א.

א.וו. אפטמאל איז צו אויסגעפינען וואס די שלחות איז, ניט אזוי גרינג, אבער על פי רוב, איז מיט אביסל אריינטראכטען אין דעם, קען מען זיך דערוויסען וואס די שליחות איז (אויב דער יצר הרע מישט זיך ניט אריין אין דעם), און בפרט אין אייער פאל, וואס ווי איך הער, איז אין אייער ארט, ניט פראן צופיל יהודים חרדים ויראי שמים בכלל און חסידים בפרט, במילא איז קלאהר אז אייער שליחות איז אין דעם, אויך צו ממשיך זיין און אריינבריינגען אין אייער שטאט און סביבה א אויפלעבונג אין אידישקייט בכלל און בפרט בנוגע צו דם רוח החסידות, וואס די הויפט זיך פון חסידות באשטייט אין אהבת השם, אהבת התורה ואהבת ישראל.

און עס דארף אייך ניט ואוונדערען, וואס לכאורה צו אזא שליחות איז צוגעפאסט א גביר וועלכער האט אין זיך ברייטקייט און זיינע רייד ווערען צוגעהערט, אבער ניט אזא וועלכער האט קוים פרנסה, ווייל דאס וואלט געווען א טענה נאר דאן, ווען מען גייט מיט אייגענע כחות, אבער וויבאלד אז דאס איז א שליחות פון הקב"ה, וועלכער איז א כל יכול, במילא פאלען אפ אפולע מניעות ועכובים, און דאס פארשטייט מען אפילו מיטן מענשליכן שכל, אז ווען אידען זעהען אז מען האט דערביי קיינע פניות זייטיגע און פאליטיק, הערען זיך צו אידען מיט א צוטראג, ווי דער כלל, אז דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב, און ווי מען זעהט אפילו אין א שליחות פון א מענשן - להבדיל הבדלות אין קץ - באקומט דער שליח שכר, אדער א מתנה, פון דעם משלח, היינט על אחת כמה וכמה, אז דער משלח איז הקב"ה, און ער זעהט אז מען נעמט אויף זיין שליחות גערן און מיט שמחה, גיט ער א גרויסען סיוע מלמעלה, אז מען זאל קענען אויספירן די שליחות.

נאך א זאך אין דעם איז, וויבאלד אז דער עיקר קומען זיינער אין דעם ארט איז צוליב דער שליחות, איז ווען ער ערפילט די שליחות, איז השי"ת מסבב סיבות, אין א גוטען אויפן, צו בריינגעם עם אין א סביבה וועלכע פאסט פאר עם אליין און מיט גוטע פרנסה.

און השי"ת זאל אייך העלפען צו אויספירן אייער שליחות גרינג און וואס פריער, וואס זיכער וועט דאס אויך צואיילען... און בכלל צו וואס איר באדארפט.

בברכה.

א'תשע

מוה"ר בן ציון: ברוק.