ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תתח

ב"ה, א' אלול, תשי"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריף פון יום שהוכפל בו כי טוב, אין וועלכען איר שרייבט וועגען זיך און אייער פרוי און פרעגט מיין מיינונג אין דעם און בעט אויך א ברכה:

ווען איך וועל זיין אויף דער ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך מזכיר זיין אייך ביידען אז השי"ת זאל אייך העלפען מיט גוטען געזונט און פרנסה און דערפרייען אייער[ע] הערצער בקרוב בזרעא חייא וקיימא.

בכדי אויף אויפנעמען די ברכות פון השי"ת דארף מען האבען די פאסענדע כלים אויף דעם, וואס דאס זיינען ענינים פון תורה און מצות, און עס האט מיך געפרייט צו הערען פון הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר בן ציון שי' שם טוב שד"ר, אז איר פירט זיך אויף ווי עס באדארף זיין, וויל איך אייך נאר פארשלאגען, אז אין דער פריה פארן דאוונען זאלט איר געבען עטליכע פעניס אויף צדקה, און אז אייער פרוי תחי' זאל געבען צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב, און איר דארפט אויך איבערגעבען אייער פרוי תחי' אז זי זאל זיך שטארקען אין איר בטחון בהשם יתברך וועלכער האט באשאפען און פירט אן מיט אזא גרויסע וועלט אז זיכער איז ער משגיח בהשגחה פרטית אויף יעדער איינעם פון אייך צו פירן עם ווי בעסער איז, און זי דארף זיך פארלאזען אויף דער תורה און דעם שולחן ערוך, און ניט מחמיר זיין מער ווי דער שולחן ערוך אבער אויך ניט גרינגער מאכען ח"ו פון דעם שולחן ערוך, און ווען מען פירט זיך ווי דער שולחן ערוך שרייבט, איז דאס גוטע כלים צו אויפנעמען די ברכות פון השי"ת פאר יעדערן אין וואס ער באדארף. איר דארפט אויך זעהען אז די מזוזות אין אייער הויז זאלן זיין כשר'ה, און בפרט אין דעם חדש אלול דער חדש פון רחמים, דארף יעדער פון אייך אדער איר צוזאמען מיט אייער פרוי ריידען לפחות א פאר מינוט וועגען דעם בטחון בהשם יתברך, און איך האף אז אין גיכען וועט איר מיר קענען אנזאגען א גוטע בשורה אז איר און אייער פרוי פילן זיך גוט און אז איר האט זיך געשטארקט אין אייער בטחון בהשי"ת און זעהט השגחה פרטית, אז ער ברוך הוא פירט אי[י]ך צום גוטען בגשמיות וברוחניות.

בברכת כתיבה וחתימה טובה - המחכה לבשו"ט.