ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תתמז

ב"ה, י"ד אלול, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

מרת מושקה תחי' אשת המנוח ר' גרשון ז"ל

וואלפזאהן

ברכה ושלום!

אייער בריוו און טשעק וואס אייער מאן ע"ה האט איבערגעלאזן אויף צדקה לויט מיין באשלוס, איז ערהאלטן געווארן. דער טשעק איז איבערגעגעבן געווארן אויף דער אונטערשטיצונג פון אונזער[ע] מוסדות "אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש", און בייגעלייגט איז א באשטעטיקונג.

די מוסדות, וועלכע טראגן דעם נאמען פון כ"ק אדמו"ר מו"ח זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, טוען לעבנס-וויכטיקע ארבעט אין פארשידענע טיילן פון גער וועלט, בארצנו הקדושה ת"ו, אין יוראפ, נארט אפריקע, אויסטראליע א"א. זיי גיבן אידישע קינדער, אינגלעך און מיידלעך, א תורה-טרייע דערציאונג און אפט אויך מאטעריעלע הילף, וואו עס פאדערט זיך. דער זכות פון נעמען אן אנטייל אין דער ארבעט איז אין לשער.

אזוי ווי עס איז אייך באקאנט די גוטע ארבעט פון אייער מאן ע"ה פאר די ליובאוויטשער מוסדות, בין איך זיכער, אז איר וועט אויסניצן אייער השפעה אויף אייערע קינדער שיחיו אנצוהאלטן די טראדיציע פון דער משפחה, און דורך דעם האלטן אפן די צנורות דורך וועלכע דער אויבערשטער שיקט ברכה והצלחה, אריכות ימים און נחת, אידישן נחת, פון די קינדער שי'.

בברכת כתיבה וחתימה טובה.