ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תתמט

ב"ה, ח"י אלול, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

אל אחינו ואחיותינו, בני ובנות ישראל,

די בכל אתר ואתר,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אויפן שוועל פון נייען יאר, שנת תשי"ג הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה, שיק איך מיין ברכה לשנה טובה ומתוקה לכל אחינו ואחיותינו בני ובנות ישראל באשר הם שם, ה' עליהם יחיו.

דער יאר תשי"ב, דער יאר פון שמיטה, גייט אוועק, און די טעג דערמאנען אונז וועגן דער גרויסער מצווה, וואס איז "א פעסטער זייל און א גרויסער כבוד פאר אונזער דת", די מצוה פון הקהל, ווען דאס גאנץ פאלק, מענער, פרויען און קינדער, פלעגן זיך פארזאמלען חול המועד סוכות אין דעם געהייליקטן ארט, דעם בית המקדש, שיבנה במהרה בימינו על ידי משיח צדקנו, צו הערן א ריי פרשיות פון דער תורה, פרשיות וועלכע ריידן וועגן קבלת מלכות שמים, קבלת עול מצות און בפרט די מצוה פון צדקה (עשר תעשר).

און כאטש תמיד אין אלע צייטן זיינען אידן אנגעזאגט צו דערציען אידישע קינדער אין דעם וועג פון תורה ומצות, דערוועקט אונז און דערמאנט אונז וועגן דעם די מצוה פון הקהל מיט א באזונדערער שטארקייט.

אין די דאזיקע טעג, ענדע פון פאריקן יאר און אנפאנג פון שנה הבאה, זאל יעדער פאטער און מוטער בישראל, יעדער רב ומנהיג, יעדער עסקן און בעל השפעה, אננעמען דעם ערנסטן באשלוס אין דעם גייסט פון מצות הקהל, ניט נאר אויף די קומענדיקע טעג פון ימים נוראים און סוכות, די טעג פון הקהל, נאר אויף א גאנץ יאר - צו פארזאמלען און אריינברענגען אידישע קינדער מאסנווייז אין די ישיבות, תלמוד-תורות און מוסדות חינוך על טהרת הקדש; און דורך צדקה מיט א ברייטער האנט פארפעסטיקן און פארזיכערן דעם קיום פון מוסדות חינוך הכשר פון אידישע קינדער, אינגלעך און מיידלעך, אומעטום,

אויף דערציען זיי אין גייסט פון יראת שמים, אהבת השם, אהבת התורה והמצות און אהבת ישראל.

בזכות זה וועט אונז השם יתברך מזכה זיין מיר זאלן גאר אינגיכן קענען מקיים זיין די מצוה פון הקהל אין בית המקדש בירושלים הבנוי' על ידי משיח צדקנו, בב"א.

המברך ומתברך בכתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות

מנחם מענדל בן חנה

שניאורסאהן

א'תתמט

נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 408.