ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תתקיא

ב"ה, כ"ד מ"ח, תשי"ג

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד אשר בעי"ת

מאנטרעאל יע"א

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

מיט פארגעניגען האב איך באקומען אייער בריף פון ה' וירא, אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער ערשטער אסיפה ביום ג', ב' חשון, וועגען די החלטות וואס איר האט אנגענומען און אויך די נעמען פון די פרויען וועלכע האבען איינטייל גענומען אין דער אסיפה.

איך האף, אזוי ווי יעדער לעבעדיקע זאך וואקסט, אזוי וועט אויך דאס וואקסען, סיי אין כמות, אין דער צאל פרויען וועלכע וועלען איינטייל נעמען אין דער אגודת נשי ובנות חב"ד, און אויך אין איכות, צו אויסברייטערן די ארבעט אין די פערשידענע געביטען, סיי רוחניות שברוחניות, אין דעם לערנען די פאסענדע לימודים, און סיי אין גשמיות שברוחניות, בנוגע הילף צו מוסדות הקדושים, און לויטן מאמר רבותינו זכרונם לברכה: אדם מקדש עצמו מעט למטה, ד.ה. אז א מענש הייליגט זיך אפילו ניט מער ווי אביסל אין דער גשמיות'דיקער וועלט, מקדשין אותו הרבה מלמעלה, - מען גיט עם הילף און מען הייליגט עם מיט אסך א גרעסערער מאס און מיט כחות פון למעלה.

בייגעלייגט איז א קאפיע פון מיינעם א בריף צו די אגודת נשי ובנות חב"ד אין פערשידענע ערטער, וואס באמת איז דאס שייך צו די אגודת נשי ובנות חב"ד אין אלע ערטער וואו זיי זיינען שוין פראן און וואס וועלען בעזה"י נאך געגרינדעט ווערען.

מיט א וואונש פון ברכה והצלחה, אין דער א.ד. ארבעט און דאס זאל אויך דינען אלס צנור וכלי צו ברכה והצלחה אין אייערע פרטיות'דיקע ענינים, און ערווארט הערן בשורות טובות.

א'תתקיא

אגודת נשי ובנות חב"ד: ראה לעיל אגרת א'תתסט, ובהנסמן בהערות שם.

מיינעם א בריף: דלעיל א'תתעז.