ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'לג

ב"ה, ד' אדר, ה'תשי"ג

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

...אף שאין מדרכי להתערב בענינים כאלו, אבל כנראה שהשאור שבעיסה התפשטה ביותר ובמילא יוצא אני מגדרי בהשורות הבאות לקמן, וכותב אני באידיש למען לא יצטרכו להעתיקם מלשון ללשון:

א) ווי עס איז מבואר אין ספרים, און ווי עס איז אויך די אמונה פשוטה פון יעדן אידן, איז דער אויבערשטער און נאר דער אויבערשטער דער "הזן ומפרנס את הכל", סיי איינצלנע מענטשן, סיי מוסדות און ארגאניזאציעס, און ווי מיר זאגן אין ברכת המזון, אין דער ערשטער ברכה וואס משה רבינו האט מתקן געווען - אלקינו מלך העולם הזן את העולם כולו כו' כי הוא א-ל זן ומפרנס לכול.

אזוי ווי דער אויבערשטער וויל מזכה זיין אידן מיט מצוות, פאסירט פיל מאל אז השי"ת פרואווט איינעם אויס און גיט עם די געלט וואס איז די פרנסה פון א צווייטן מענטשן אדער פון א מוסד, דערנאך קוקט מען פון הימל צי דער בא וועמען מען האט די געלט איינגעלעגט איז א פארטרוילעכער און פארשטייט אז די געלט געהערט צום אויבערשטן נאר מען האט אים מזכה געווען מיט א שליחות איבערצוגעבן די געלט א צווייטן. אויב עס ווייזט זיך ארויס אז מען קען דעם מענטשן גלויבן און טראסטן, איז אחוץ דעם שכר פאר קיום מצוות צדקה, וואס אדם אוכל פירותיהם בעולם הזה והקרן קיימת לעולם הבא, וועט ער אויך ווייטער אנהאלטן זיין פאסטן ביים אויבערשטן, אז דער אויבערשטער זאל אים ווייטער געבן א שליחות, דאס הייסט, הצלחה אין זיינע געשעפטן און די פרנסה אויסצוהאלטן באשטימטע אנדערע מענטשן אדער מוסדות, ער זאל זיין דער צנור (טשענעל) דורך וועלכן עס גייט פרנסה פאר אנדערע.

זעלבסטפארשטענדלעך אז דער יצר הרע קען ניט צוקוקן אזא מין זאך און זוכט אלערליי מיטלען ווי אזוי איינצוריידן דעם מענטשן, אז די געלט וואס ער פארדינט איז דאס ניט דערפאר ווייל דער אויבערשטער וויל אזוי, נאר דערפאר וואס ער, דער מענטש אליין, איז א גרויסער חכם און א גרויסער סוחר ובמילא מיט זיין אייגענע מאכט און שכל פארדינט ער די געלט, און וויבאלד אזוי, איז ער דאך דער בעל הבית איבער די געלט, און א צווייטער וואס איז א "נארישער" און קאן ניט פארדינען אזויפיל געלט איז במילא נידעריקער פון עם, נאר ער וועט אים טאן א טובה און שיינקען א פאר סענט.

דערפאר אבער מוז יענער וואס איז דער מקבל פארשטיין, אז דאס האט ער אים געטאן א מורא'דיקע טובה און ער דארף אים, להבדיל, בענטשן, ניט ווי אין ברכת המזון, אז אלקינו מלך העולם איז דער מפרנס, נאר זיין זן ומפרנס איז דער בשר ודם. און אויב יענער וויל אזוי ניט טאן, וויל ער אויך מיט אים ניט האבן צו טאן, ווארום ער איז דאך דער פולער בעל הבית אויף די געלט.

כדי צו באווארענען אזא פאלשן געדאנק, זאגט מען יעדן אידן, אז גלייך אין אנהייבס פון טאג זאל מען זאגן שהחזרת בי נשמתי בחמלה. ס'איז מער ניט וואס דער אויבערשטער האט רחמנות דערפאר איז ער מחזיר די נשמה. אויך די ערשטע בקשה אין שמונה עשרה איז אתה חונן לאדם דעת, חננו מאתך כו' וואס דערמיט אנערקענט דער איד אז ער אליין איז קיין חכם ניט, ניט קיין בר שכל און ניט קיין בר דעת, נאר דאס הענגט אלץ אפ פון אויבערשטן, און מ'מוז בכל עת ובכל רגע אנקומן צום אויבערשטנס טובה.

איז ווען א מענטש איז זוכה און לאזט זיך ניט פארפירן פון יצר הרע, בלייבט מען, ווי אויבנדערקלערט, לאריכות ימים ושנים דעם אויבערשטנ'ס שליח, דורך וועלכן עס ווערט געגעבן געלט צו פריוואטע מענטשן ווי אויך בכלל פאר ענינים פון תורה ומצוות.

אויב מ'איז חלילה ניט זוכה, איז איבעריק מאריך צו זיין וועגן די תוצאות, ווארום יעדער איד וויל רעדן און שרייבן נאר וועגן גוטן אופן. אליין אבער דארף מען וויסן גוט דעם חשבון.

ב) עס איז נאך דא א ווייטערדיקער פאל, ווען איינער וויל ניט נאר ניט ווערן א שליח פון אויבערשטן איבערצוגעבן די אנפארטרויטע געלט וואס געהערט צו פריוואטע מענטשן אדער ענינים פון תורה און מצוות, נאר, נאך מער, ער ווערט א שליח פון להבדיל דעם יצר הרע צו ברענגען שאדן די געלט.

אזוי ווי דער אויבערשטער איז אבער א רחום וחנון, איז ספעציעל אין אזא פאל פאראן דער ענין פון תשובה, וואס על פי פשוט הייסט עס, אז אויב מען האט גערעכנט צו טאן א פעלער זאל מען דאס קענען פארריכטן, און אויב עס האנדלט זיך אין א זאך וואס איז פארבונדן מיט א צווייטן מענטשן אדער ענין פון תורה ומצוות, מוז די תשובה געטאן ווערן באצייטנס, איידער דער היזק ווערט אין אזא אופן אז מ'קען אים שוין ניט פארריכטן.

נאך דער הקדמה וויל איך אין קורצן באשרייבן וואס דא איז פארגעקומען בנוגע צו דער דרוק זאך.

עס איז אנגעקומען א ידיעה פון א אידן, אז ער וויל נעמען אויף זיך די אויסגאבען (עקספענסעס) כדי מ'זאל אפדרוקן א ספר מוסר, וועלכער האט אים אליין געשטעלט אויפן ריכטיקן וועג פון תורה ומצוות און דערפאר האט ער דעם רצון הטוב אז דער ספר זאל אנקומען צו נאך הונדערטער און אפשר טויזנטער אידן און אויך זיי דערנעענטערן צום אויבערשטן און צו אידישקייט. עס איז א קלארע זאך אז דער רצון הטוב קומט פון יצר טוב, פון דעם אויבערשטן, און ווען מען דריקט דעם רצון אויס אין ווערטער, און ווער רעדט נאך אז מ'איז מודיע אנדערע, איז דאס אזוי ווי א נדר וואס מ'גיט דעם אויבערשטן. מיט אנדערע ווערט[ער] מיינט עס, אז מ'זאגט צום אויבערשטן: "איך אנערקען און גלויב, אז דו האסט מיר מצליח געווען און געגעבן די געלט און איך פארשטיי אז די און די סומע דערפון בין איך אויף איר ניט מער ווי א שליח אויסצופירן דיין רצון און שליחות אויף לייכטער צו מאכן פאר אסך אידן צו דערנעענטערן זיך צו אידישקייט". עס קען קיין טעות ניט זיין אז דער רצון איז געקומען פון יצר הרע.

כדי דער רצון הטוב פון דעם באטרעפנדן מענטשן זאל אראפ לפועל, איז די ידיעה וועגן דעם רצון אנגעקומען צו מענטשן וואס זיינען זיך עוסק אין דרוקן אזעלכע ספרים, דאס הייסט, וועלכע האבן זוכה געווען צו זיין שלוחים צו דרוקן ספרים וואס דערנעענטערן אידן צום אויבערשטן און אידישקייט, און אויך ניט מיט אייגענע כוחות, נאר ווי אויבן געשריבן, מיטן אויבערשטנ'ס כוח.

וויסנדיק אז מ'האט צו טאן מיט פרומע אידן, און וועלנדיק צואיילן די זאך וואס פריער, האט מען ניט געווארט ביז די געלט וועט אנקומען, און מ'האט גענומען געלט וואס אנדערע אידן האבן געגעבן אויף אנדערע עניני תורה ומצוות, וועלכע מ'האט אפגעלעגט, און די צדקה געלט געליען כדי באלד אראפצוברענגען דעם רצון הטוב פון דעם אידן וואס וויל דרוקן דעם ספר, לפועל ממש, כדי אויך אז די השפעה פון ספר זאל זיך אנהויבן וואס פריער.

האבן זיך אריינגעמישט זייטיקע ענינים און עס האט זיך אנגעהויבן סיכסוכים פון דעם וואס האט געהייסן דרוקן דעם ספר מיט די וואס האבן דעם ספר געדרוקט, ביז דער סוף איז געקומען אז ער האט חרטה געהאט פון זיין רצון הטוב. דאס הייסט צוויי זאכן: צום אויבערשטן זאגט ער, אז דאס וואס ער האט פריער צוגעזאגט צו דרוקן א מוסר ספר, אנערקענענדיק אז די געלט געהערט צום אויבערשטן, איז איצט ציט ער דאס צוריק און זאגט, איך האב דיר פריער געזאגט אזוי, און איצט האב איך חרטה און זאג פארקערט, און טו מיר עפעס. און צו די מענטשן וואס האבן דעם ספר געדרוקט, זאגט ער: איך ווייס אז איר האט פון מיר געהאט דעם ארדער, און האט אויף דרויף געליען געלט פון צדקה, וואס אייגנטלעך האט איר עס געטאן אין מיין שליחות, אבער פונדעסטוועגן ווער איך דערפון ניט נתפעל און וועל די געלט ניט אפגעבן, ווארום איך האב צו אייך א טענה אז איר האט מיר "אבידיעט".

צו ערקלערן נאך מער באריכות ווי די ביידע זאכן ווערן אנגערופן אין דער תורה, רעכן איך אז ס'איז איבעריק. דער אויבערשטער זאל נאר העלפן אלע וואס זיינען פארמישט אין דעם צו פארריכטן איידער דער היזק וועט ווערן אזוי אז מען וועט אים חלילה ניט קענען שוין מער פארריכטן.

והנה כל הנ"ל הוא בנוגע... שי', ועוד יותר ממה שכתוב כאן, מובן על פי המבואר בחסידות, דברי אלקים חיים, בענינים כמו אלה. ובנוגע לכת"ר שי' בעצמו, הנה ידוע תורת הבעש"ט שהכל הוא בהשגחה פרטית, אפילו פרטים שבפרטים, אשר בכל ענין זה הי' כת"ר אחד הממוצעים, וכנראה הממוצע הראשי. ומבואר בתורת החסידות שיש שני אופנים ממוצע: ממוצע המחבר, היינו שאינו מציאות בפני עצמו ומבין תפקידו שהוא מחבר שני דברים שיהיו אחד, ויש ממוצע המפסיק, היינו שהוא מציאות בפ"ע ובמילא כשבא אליו דבר השליחות מעתיק הוא את הדבר באותיות שלו ובמילא מערב הוא בזה את מציאותו. וכיון שצדיקים מועטים הם ורוב העולם ככלו הם בסוג הבינונים, שזה וזה שופטם, הרי גם היצר הרע אומר דעתו. ותפקיד האדם הוא לבטל דעתו של היצה"ר תיכף וכמבואר בתניא. והוא הדין בנוגע אליו, שזכה שהקב"ה בחר בו להיות ממוצע שעל ידי זה יתן פב"פ מכספו להדפסת ספר מוסר...

בברכה לבריאות הנכונה בגשמיות ובריאות הנכונה ברוחניות, שהשי"ת יתן לו הרצון אויספירן דעם אויבערשטנ'ס רצון שבמילא יסתדר כל הנ"ל בטוב ובהקדם היותר אפשרי.