ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'לד

ב"ה, ה' אדר, תשי"ג

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר ברוך שי'

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריף פון ג' יתרו, א ענטפער אויף מיין בריף צו אייך, און עס אינטערעסירט מיך צו וויסען, צי האט איר באקומען א ענטפער אויף אייער ווענדונג די טעלעגראפישע און שריפטליכע צו דעם דזשואיש אפיל, און וואס איז דער אינהאלט פון זייער ענטפער.

מ'מוז אבער וויסען, אז ווען מען וויל העלפען אונזער הייליק לאנד מוז מען דאס טען דורך פארשטארקען דארטען די ענינים פון תורה ומצות. ווארום דעם אויבערשטן ברוך הוא קען מען ניט איבערקליגען, און אויב ער - ב"ה - האט אונז פארטריבען פון אונזער לאנד, איז ניט דערפאר וויילע אזוי האבן געוואלט די רוימער און אספסינוס, נאר ווייל מפני חטאינו גלינו מארצנו, און ארץ ישראל איז אזא לאנד, ווי עס שטייט אין אונזער תורתינו הקדושה (סוף פ' אחרי), אז זי פארליידט ניט קיין עבירות. איז דעריבער יעדערער וואס וויל העלפען אויף א אמת און וויל די אמת'ע טובה פון אונזער הייליק לאנד, און די טובה פון די אידען וואס געפינען זיך דארטען, דארפמען די ערשטע זאך באווארענען אט דעם פרט, און ניט לאזען זיך איבערריידין, אז עס זיינען פראן וויכטיגערע זאכען אדער על כל פנים גלייכמעסיגע. אין דער אויפהאלטונג פון א הויז און איר קיום, איז דאס ערשטע א געזונטער פונדאמענט, און אויב ח"ו דער פונדאמענט איז א ניט גוטער און גוט צוגעפאסטער, איז וואס גרעסער עס איז דער בנין, איז ניט נאר וואס עס בריינגט ניט קיין נוצען, נאר עס איז גאר פארקערט ח"ו. וויבאלד אויף ארץ ישראל דארפמען ניט ריידין ניט קיין גוטע רייד, סיידען אז עס איז נוגע צום פועל ממש פון א ענין, איז מיר דעריבער שווער צו מאריך זיין אין דעם. און בפרט אז איך בין זיכער, אז פאר אייך וועט גענוג זיין אויך דער קיצור אין דעם.

איר שרייבט אין אייער בריף, וועגען דער עלעקטרישער זעג פאר דער כפר חב"ד, וואס איר האט צו שיקען, נאר מען דארף באצאלען די פראכט. וואלט איך געוואלט וויסן, וויפיל בערך איז די סומע וואס עס דארף קאסטען די פראכט, און אויך צו מען דארף א רשיון (לייסענס) אויף אריינצופירען די זעג אין אה"ק ת"ו.

איך ווינש אייך א פרייליכען פורים, און ביז פורים זאלט איר אויך אויסניצען די צייט צו פארשטארקען די ענינים פון תורה ומצות, וואס עס איז קיינמאל ניט צופיל, און אז מען וויל אויף א אמת, איז השם יתברך מצליח אז מען טוט פרייליכע מצוות און אין א פרייליכען אופן.

בברכת פורים.

ב'לד

מוה"ר ברוך: ליטווין. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ד א'ע, ובהנסמן בהערות שם.