ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'קנז

ב"ה, ב' דר"ח תמוז, ה'תשי"ג

ברוקלין, נ.י.

ברכה ושלום!

...בא דער געלעגנהייט, וויל איך אויך אונטערשטרייכן און אויפמערקזאם מאכן אויף דעם סיפור, וועלכער ווערט דערציילט אין דער סדרה וואס מען האט ערשט געלייענט אין דער תורה - פרשת קרח, א סיפור וואס דארף דינען א מוסר השכל פאר יעדן אידן בכלל, פאר פרויען בפרט, און ספעציעל פאר די פרויען פון נשי ובנות חב"ד, וואס פון זיי מאנען די רביים הק' צו אויפפירן זיך לפנים משורת הדין אין אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל, און גיבן זיי כוחות אויף דעם.

דער סיפור און דער מוסר השכל זיינען:

קרח איז געווען פון די גרעסטע מיוחסים בא אידן, האט געשטאמט פון איינער פון די שענסטע משפחות, איז געווען א גרויסער למדן, פון די גרעסטע וועלט-גבירים, זייער א קלוגער מאן און - א נאענטער מקורב צו משה רבינו און אהרן הכהן. דאגעגן, און בן פלת, איינער פון זיין חבורה, געפינט מען ניט ער זאל זיך מיט עפעס וואס אויסצייכענען: ניט מיט חכמה, ניט מיט יחוס, ניט מיט אנדערע זאכן.

ווי האט זיך אויסגעשטעלט זייער לעבן?

פונקט פארקערט ווי מען האט געקענט ערווארטן.

קרח האט געהאט א וויסטן סוף און ער האט נאך מיטגעשלעפט מיט זיך אין דעם אומגליק הונדערטער און הונדערטער אידן.

און בן פלת, דאגעגן, איז געראטעוועט געווארן מיט דער גאנצער פאמיליע. ער איז געווען דער איין-און-איינציקער וואס האט ניט געליטן, פון צווישן די אלע וואס זיינען געווען אין קרח'ס עדה.

וואס איז געווען די סיבה פון אזא אונערווארטעט שלעכטן סוף פאר קרח'ן און גוטן סוף פאר און בן פלת?

די ווירקונג און אויפפירונג פון זייערע פרויען!

די פרוי פון און בן פלת האט, אין די לעצטע שעות, אבער דאך מציל געווען איר מאן און זייער גאנצע פאמיליע. זי איז געווען די אמת'ע עקרת הבית.

קרח'ס פרוי, דאגעגן, האט מיטגעהאלפן, דורך אירע רייד און אויפפירונג, צו איר מאנס אונטערגאנג, און צום אונטערגאנג פון דער גאנצער עדה זיינער. אנשטאט צו זיין די עקרת הבית, דער יסוד פון הויז, איז זי געווען די עוקרת הבית, וואס האט די הויז עוקר געווען, אויסגעריסן.

אין גמרא (סנהדרין קט, ב) און אין מדרשים, וועט דאס דערציילט אויספירלעך.

דאס אלעס מוז נאכאמאל און ווידער אמאל ברענגען יעדערן פון אונז אלעמען צום טיף אריינטראכטן זיך אין דער געוואלדיקער אחריות פון א פרוי, און אין דער העכסט וויכטיקער ראלע וואס זי האט אין דעם גוט און וואוילזיין פון איר מאן, פאמיליע,

ווי שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): חכמת נשים - קלוגע אויפפירונג פון פרויען - בנתה ביתה - בויט דעם וואוילזיין פון איר הויז; אין געגנפאל, איז, ר"ל, ווי דער פסוק זאגט דארטן ווייטער וועגן דעם.

בברכה צו יעדערער פון אייך, און מיט א וואונש פון הצלחה אין אייער ארבעט און אין אייערע פרטיות'דיקע ענינים.

02

ב'קנז

נדפסה בלקו"ש ח"ב ע' 689. ונראה שהיא האגרת לאגודת נשי ובנות חב"ד הנזכרת בכמה אגרות דלעיל ודלקמן. ראה גם לעיל אגרת א'תתסט, ובהנסמן בהערות שם.