ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'רלא

ב"ה, ט"ז אלול, תשי"ג

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר אלחנן

שי' הכהן

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון /8;24amp& אין וועלכען איר שרייבט וועגען אונזער פריינד, אז ער האט אייך געזאגט אז עס איז עטוואס בעסער, און מען דארף האפען אז ער וועט ווייטער טאן דאס וואס עס ווענדעט זיך אן עם און וואס דענסטמאל וועט זיכער השי"ת טאן פילפאכיג אזוי.

האפענטליך אז דעם טשעק וואס ער שיקט איז דאס ניט וואס אין איינמאל געגעבען געווארען, אויף וויפיל איך געדיינק האב איך באטאנט אז דא איז ניט וויכטיג אויף אזוי פיל די סומע נאר איבערהויפט אז יעדער וואכען טאג זאל מען געבען עפעס אויף צדקה, און אזוי ווי מען קען ניט זאט זיין היינט מיט א גרויסן מאלצייט וואס מען האט געגעסען מיט א וואך פריער, אזוי איז אויך אין דער נשמה שפייז, אז חאטש עס זיינען פראן זאכען וואס מען קען טאן איין מאל און עס איז גענוגענד אויף א ליינגערע צייט, וואס בכלל אין משל בא דעם מענשן איז דאס, א הויז, קליידער, אבער עסען מוז מען יעדער טאג און מען קען ניט יוצא זיין מיט איין טאג אויפן צווייטען. אזוי אויך אין די ענינים פון תורה ומצות, עס זיינען פראן מצות וועלכע מען טוט איינמאל און דאס איז גענוגענד אויף א ליינגערע צייט, ווי די מצוה פון תקיעת שופר וואס לויט די ערקלערונג פון רבותינו ז"ל איז דאס וואס מען איז מכתיר (מען קרוינט) הקב"ה פאר א מלך, און דאס איז גענוגענד אויף א גאנץ יאר, אבער לערנען תורה און געבען צדקה לכל הפחות אין קלענערע סכומים, דאס מוז מען אלע טאג, חאטש אין דעם אליין איז אויך פראן חילוקים, וואס אמאל ווי פאר ראש השנה אדער אין א עת צרה ר"ל אדער ווען מען טרעפט אן א גרויסען ארימאן, דארפמען דענסטמאל פארגרעסערן דעם קוואנטיטום, אבער אויך דאס באפרייט ניט פון צו געבען אויף מארגען קלענערע סומעס בלי נדר טאג איין טאג אויס.

איר וועט מיר ענטשולדיגען וואס איך שרייב וועגען אזעלכע גאנץ איינפאכע זאכען, אבער איך פסיכאלאגיש אז ווען א געדאנק ווערט געשריבען אדער גערעט ווערט בא זיך אליין אויך מער קלאהר די זאך און איך האף אז אויך אונזער פריינד, ניט קוקענדיג אויף דעם וואס ער האט מסתמא ניט קיין געדולד צו דעם, דאך זאל ער יעדער טאג אפלייגין עפעס א סכום אויף צדקה, און ניט באנוגענען זיך מיט דעם וואס ער וועט שפעטער געבען א גרעסערן סכום.

ווען ד"ר ניסן מינדעל וועט צוריקקומען פון וואקיישאן וועל איך מיט פארגעניגען שרייבען א מזל טוב צו די תנאים פון זיין זון שי' און א הארציקען דאנק אייך פאר אייער אנמערקונג צו טאן דאס, אבער ווי געזאגט וויל איך דאס טאן אין ענגליש שרייבען.

בברכת כתיבה וחתימה טובה.

ב'רלא

מוה"ר אלחנן: קאווען (כהן). אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ג תנח, ובהנסמן בהערות שם.

ד"ר ניסן מינדעל: המזכיר למכתבים באנגלית.