ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'רלב

ב"ה, ט"ז אלול, תשי"ג

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין צוזאמענהאנג מיט דיין בר מצוה שבת פ' תבא הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה וויל איך נאך אמאל ווינשען נוסף אויף דעם וואס איך האב דיר געזאגט ווען דו ביזט געווען בא מיר, אז מבן שלש עשרה למצות זאלסט דו וואקסען לבן חמש עשרה לגמרא וכו' ווי די משנה רעכענט אויס אין מסכת אבות פרק ה'.

יעדער זאך איז דאך בהשגחה פרטית און מען דארף פון דעם אפלערנען א הוראה אין לעבען, און דאס וואס דיין בר מצוה ווערט געפייערט אין שול בית מקדש מעט און אין דעם ליכטיקן טאג ח"י אלול דארפמען דערפון נעמען א אנווייזונג ווי צו פירן זיך.

דער שווער דער רבי זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע טייטש אז ח"י אלול איז דאס דער טאג פון וועלכען מען נעמט לעבעדיקייט וואס מי[ט] זיין כח מאכט מען לעבעדיק דעם גאנצען חדש אלול, וועלכער איז דער חדש פון חשבון אויף דעם גאנצען יאר און השי"ת זאל דיר העלפען אז דו זאלסט טאן אלץ וואס עס ווענדעט זיך אן דיר צו זיין א ווארימער לעבעדיקער איד, וואס דאס קומט דורך א לעבען געפירט ברוח של תורה ומצוה און וואס דורך דעם פארבינדט מען זיך מיט הקדוש ברוך הוא בורא עולם ווי משה רבינו זאגט אונז ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום.

בברכת כתיבה וחתימה טובה און אז דיינע עלטערן זאלן האבען פון דיר און פון דיין ברודער פיל נחת, אידישן נחת חסידישן נחת.

ב'רלב

ח"י..לעבעדיקייט: ראה גם לעיל ח"ו אגרת א'תתנא, ובהנסמן בהערות שם.