ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'רעז

ב"ה, כ"ו מ"ח, תשי"ד

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון כ"א מ' חשון, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם פארען פון אייער מאן שי' אין... אז עס איז אייך שווער אויפן הארצען און וואלט ניט וועלען זיין פארען א.א.וו.

איז אייער איבערטראכטען אין דעם, האט ניט קיין גרונד, און איר דארפט זיך שטארקען אין אייער בטחון בהשם יתברך און בכ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וואס אויף זיין נאמען זיינען געגרינדעט געווארען די תלמוד תורה'ס און ישיבות אין... אז ניט נאר וואס זיין פארען איז ניט א זאך פון עגמת נפש ח"ו, נאר דאס איז די וועג צו ברכה והצלחה צו די אלע וועלכע נעמען איינטייל אין דעם און אויך פאר זייערע פאמיליעס.

און דאס וואס עס דאכט זיך אז דאס איז פארבונדען מיט שוועריגקייטען, א[י]ז א חוץ דעם וואס מען קען ניט וויסען ווי גרויס עס זיינען די שוועריגקייטען בא א אנדער איינארדענונג, איז אויך די שוועריגקייטען צום גרעסטען טייל גרויס אין די אויגען, וויילע מען וויל קוקען אזוי, און דער עיקר וויילע עס איז א נייע זאך, דוכט זיך אויס אזוי, זעהענדיק ווי אנ"ש שיחיו מאטערן זיך אין די פערשידענע ערטער וואו זיי געפינען זיך און די שוועריגקייטען וואס זיי גייען אדורך און צו וואס זיי דערגרייכען, זיינען די ניט באקוועמליכקייטען אין... ניט אין א ערך און פיל קלענער פון זייערע.

אויך וויל איך זאגען, אז די וואס פארען אין... מוז דאס ניט זיין אויף פילע יארען, נאר אויף ווינציגסטען א יאר, וויילע די ארבעט קען ניט איבערגעריסען ווערען אין מיטן יאר, אבער נאך דעם אפלויף פון יאר, איז ווען זיי אליין פאדערען דערנאך אז זיי ווילען אוועקפארען פון דארטען, און וועט פארלייגן זיינע טעמים, וועט מען זיך דענסטמאל צונויפריידין ווי מיט א נייעם מענשן, וועלכע טראגט נאך ניט אויף זי[ך] די אחריות פון דער ארבעט, און זעלבסט פארשטענדליך אז מיט געוואלד וועט מען קיינען ניט צווינגען.

אבער פון דער אנדער זייט, איז די ארבעט וועלכע ווערט געטאן אפילו ווען עס איז ניט מער ווי אויף איין טאג, מוז זי געטאן ווערען גאנצע הונדערט פראצענט, און ניט נאר פון יוצא וועגען און קוקען אויפן זייגער ווען וועט זיך ענדיקען די 24 שעה און מען וועט שוין פטור ווערען פון דער אנשיקעניש, וואס אין אזא פאל, איז ניט נאר וואס עס [איז] ניט גוט פאר דער ארבעט, נאר עס איז אויך אונבאקוועם פאר די וואס ארבעטן אין דעם.

איך וויל ווידערהאלען אין קורצען דאס אויבען געזאגטע, אז נאך דעם ענדיקען זיך פון דעם יאר, פון זיין אין... וועט מען קיינעם ניט נויטען צו ארבעטען אויך אין... אבער אין דער צייט פון יאר, האף איך אז איך קען זיין זיכער, אז די ארבעט ווערט געטאן געטריי אז עס זאל אויסגעפירט ווערען די כוונה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, און איך בין בטוח אז דורך דער ארבעט איז דאס די וועג און עס איז א גוטע כלי צו אויפנעמען די ברכות פון השי"ת אין דאס אלץ וואס מען נויטיגט זיך פאר זיך און די בני בית.

און אזוי ווי א פרוי האט א גרויסען איינפלוס אויף איר מאן, און אזוי ווי בא מיר קומט אויס אז גלייך ווי אייער מאן שי' וועט קומען דארט, זאל [ער] אויך מאכען פאפירען צו בריינגען דארט אייך און אייערע קינדער שיחיו, וואס דענסטמאל וועט איר זיך אליין איבערצייגען, אז אויך אין... איז פראן דער אויבערשטער און גיט אויך דארט ברכה והצלחה, און אין אייער פאל מער ווי אין א אנדער ארט, במילא וועט סיי איר און אייער מאן שי' זיין צופרידען, וואס השי"ת האט אייך צוגעשיקט די געלעגנהייט צו משלים זיין, זיין רצון און אויפנעמען זיינע ברכות בגשמיות וברוחניות.

אין ערווארטונג פון בשורות טובות ובברכה צום גוטען געזונט.