ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'רפ

ב"ה, א' כסלו, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

...בנוגע צו דעם סכסוך אייערן, זעלבסט פארשטענדלעך אז קיינעם האב איך ניט געהייסען מאטערען א אידן מיט זיינע בני בית. און ניט דאס איז מיין ארבעט. אבער איך האלט ניט פון דעם גאנצען סדר. ניט פון אייער אפזאגען זיך פון דער שטעלע וואס מען האט אייך פארגעלייגט, חאטש עס איז א קלענערע שכירות, און ניט פון דעם מאכען דעם גאנצען שטורעם וועגען דער דין תורה... צי וועט איר פון דעם פארדינען, איז א ספק, אזוי ווי יעדער דין תורה, וואס מען ווייסט ניט פאראויס דעם אויסגאנג...

נאך א ענין איז אין דעם אז מען דארף דאך טראכטען וועגען פרנסה און ניט וועגען אויספירען א אמביציע, און יעדער ישיבה ומוסד וואס וועלען זיך דערוויסען פון דעם טומעל, גלויב איך ניט אז זיי וועלען גערן וועלען פארלייגען אייך א שטעלע, וויסענדיג, אז איר האלט אז מען קען אייך ניט אפזאגען פון דער שטעלע...