ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'שג

ב"ה, י"ח כסלו, תשי"ד

ברוקלין.

ברכה ושלום!

עס איז ערהאלטען געווארען אייער בריף פון 11/16, און ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון הק' פון זיין אויף דעם ציון הק' פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועל איך מזכיר זייך די אלע וועגען וועלכע איר שרייבט, יעדערן צו דעם וואס ער נויטיגט זיך.

איך האב שוין אייך איין מאל אויפמערקזאם געמאכט, אז איר דארפט ריידין מיט אייער טאכטער מרת... וועגען די אלע דינים וואס אידישע פרויען דארפען וויסען, און ספעציעל וועגען מקוה און טהרת המשפחה וואס לויט אייער שרייבין איז אייער טאכטער א כלה. און ביז היינט האב איך פון אייך ניט געהאט קיין ענטפער וועגען דעם, וויל איך נאך אמאל ווידערהאלען אז דאס איז א זאך וועלכע מען טאר זיך ניט שעמען צו ריידין וועגען דעם ווארום דאס איז נוגע צו קינדער און קינדס קינדער און צו א גליקליכען לעבען סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און אויב עלטערען זיינען זיך משתדל צו באזארגען קינדער מיט פרנסה בגשמיות דארפען זיי אויך טאן אלץ, צו באזארגען זיי מיט א געזונטען גליקליכען גייסטיגען לעבען, און ניט ח"ו וח"ו כו. איך וויל האפען אז איר וועט טאן אין דעם דורך פערשידענע פאסענדע וועגען און מיט דער נויטיגער ענערגיע און השם יתברך זאל אייך מצליח זיין.

בברכה.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,

מזכיר: