ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'שכג

ב"ה, נר חמישי דחנוכה, ה'תשי"ד

ברוקלין, נ.י.

אל כל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי

תורה ומצוה, ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה מרובה!

די יערליכע פייערונג פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש, וואס וועט אי"ה פארקומען זונטאג, י"ג שבט, ה'תשי"ד, פארדינט די ערנסטע אויפמערקזאמקייט און גרעסטע הילף פון די ברייטע אידישע קרייזן.

זינט די ליובאוויטשער ישיבה איז געגרינדעט געווארן מיט 57 יאר צוריק דורך כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב, און איז מיט 14 יאר צוריק אויך געפלאנצט געווארן אין אמעריקע דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע - האבן זיך די ליובאוויטשער ישיבות דא אין לאנד פאנאנדערגעבליט מיט אן אויסערגעוויינלעכער ג-טלעכער הצלחה.

עס איז ניט משער צו זיין די גרויסע ליכטיקייט פון לימוד התורה ביראת שמים וואס די ישיבות תומכי תמימים האבן פארשפרייט און פארשפרייטן במשך פון די אלע יארן, אדאנק דעם באזונדערן כאראקטער פון די דאזיקע ישיבות, וועמענס תלמידים און מחונכים ווערן דערצויגן מיט דעם געפיל פון אחריות צו זיין "נרות להאיר" - אויפצולעבן און פארשטארקן תורה אידישקייט ארום זיך.

ווי די נרות חנוכה, וועלכע מ'צינדט אן נאך זון-אונטערגאנג, וואס כאטש זיי זיינען קליין דערשרעקן זיי זיך ניט פאר דער פינסטערניש, און אדרבה, פון נאכט צו נאכט ווערט זייער צאל גרעסער און די ליכטיקייט שטארקער -

אזוי זיינען די "נרות להאיר" - די תלמידים און מחונכים פון די ליובאוויטשער ישיבות.

און אזוי ווי די מצוה פון נר חנוכה האט זיך גענומען דערפון וואס אידן, זייענדיק ווייניק אין צאל און שוואך אין פיזישע כוחות, האבן מיט מסירות נפש מלחמה געהאלטן געגן דעם צאל-רייכן, און מעכטיקן שונא, כדי צו קענען ריין און ליכטיק מאכן דעם בית-המקדש - אזוי דארף יעדער איד, וועמען תורה און מצוות זיינען טייער, ניט דערשרעקן זיך וואס אין צאל איז מען א מיעוט לגבי אנדערע און אין געלט איז מען שוואכער פון זיי, און, אדרבה, מיט מסירות נפש קעמפן פאר דעם אויבערשטנס תורה און מצוות (תורתך, חוקי רצונך). און דאן העלפט דער אויבערשטער מיט איבערנאטירלעכע הצלחה, בגשמיות וברוחניות.

די ליובאוויטשער ישיבות, וועלכע דערציען תלמידים אין דעם דאזיקן גייסט פון מסירות נפש און לימוד התורה ביראת שמים, דארפן און מוזן אונטערשטיצט ווערן מיט אלע כוחות, אין דער גרעסטער מאס, ווארום מיט דער ריינער און הייליקער ליכטיקייט פון תורת ה' תמימה ביראת שמים טהורה, ווערט באלויכטן דער שווערער וועג פון אונזער פאלק אין גלות, און אידן ווערן אויסגעהיט אין זייער גאנצקייט,

בין עס וועט מקויים ווערן דעם אויבערשטנס הבטחה און עס וועט קומען די גאולה השלימה והאמיתית, און די מנורה הטהורה וועט ווידער לייכטן אין בית-המקדש, שיבנה על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו.

מיט דער ברכה אז השי"ת זאל ממלא זיין משאלות לבבם לטובה און מיר זאלן אלע זוכה זיין להרמת קרן התורה וקרן ישראל סבא בקרוב ממש.

ב'שכג

נדפסה בלקו"ש חט"ו ע' 538.