ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'שסא

ב"ה, כ"ד טבת, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ר"ח טבת, אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער זון האברך הוו"ח אי"א עוסק בצ"צ בעל מדות וכו' מו"ה... שי' וועלכער געפינט זיך יעצט אין... און איז זיך עוסק בעבודת הקדש און תודה לא-ל אז עס גייט בהצלחה גדולה, נאר איר טראכט איבער וועגען צוויי ענינים:

א) וואס וועט זיין מיט זיין לערנען פאר זיך.

ב) בנוגע צו א שידוך.

זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אייך אז די וועלט ווערט אנגעפירט פון הקב"ה, און ווען מען איז מקיים זיין רצון, איז זיכער אז ניט נאר אז דאס וועט ניט שאדען, נאר אין געגענטייל, דאס מוז בריינגען א גרויסען שכר, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

און בפרט אין דעם ענין אז מען טוט צדקה מיט אידישע קינדער, רוחניות'דיקע צדקה צו מאכען זיי נעהענטער צו אידישקייט, און עס איז באוואוסט אין דעם דער ווארט פון רבינו הזקן בעל התניא והשולחן ערוך, אז דאס בריינגט הצלחה צו פארשטיין בעסער די תורה הק' טויזענט מאל אזויפיל, וואס בכלל איז רבינו הזקן געווען זייער אויסגערעכענט אין א ווארט, און אז ער שרייבט טויזענט מאל אזויפיל, איז ניט 999 נאר גאנצע טויזענט, און אויסער דעם וואס עס שטייט אין ספרים הק', איז לויט ווי איך זעה אין דעם פאל פון אייער זון, פון זיין געפינען זיך אין... איז דאס טאקע אזוי...

און אויב איר באגעגענט זיך מיט דער איצטיקער יוגענד אפילו פון פרומע הייזער, ווייסט איר זיכער די נסיונות און בלבולים וואס זיי האבען, און אז השי"ת העלפט איינעם פון זיי אז ער שטייט מיט א נשמה שטארקייט אויף זיינע אייגענע פיס און מיט א נשמה לעבען און ער פילט אז ער טוט א זאך וועלכע בריינגט נוצען פארן כלל און נוצען פאר זיך, איז דאס פון די גרעסטע גליקען און דער גרעסטער שכר וואס הקב"ה גיט אין די איצטיקע צוטומעלטע צייטען פאר דער אונטער-וואקסענדער יוגענט.

בנוגע צו דער אנדערע פראגע, וואס עס מאכט זיך עם דארטען א שידוך מיט א מיידעל פון א ספרדישער פאמיליע, איז לויט ווי איך ווייס זיינען אין דער לעצטער צייט געשלאסען געווארען פילע שידוכים צווישען אשכנזים און ספרדים און ביידע צדדים זיינען צופרידען, וויילע עס איז ניט די זעלבע אשכנזים און ניט די זעלבע ספרדים פון אמאל, און היינט זיינען ביידע געווארען פיל נעהענטער איינע צו די אנדערע, און שוין דאס אליין וואס זי זעהט אז אייער זון גייט מיט א בארד און ווייס אז ער פארנעמט זיך מיט חינוך און שטימט איין צו דעם אלעם, דאס אליין ווייזט אויף דעם אינערליכען פארבונד און אינערליכען געפיל וואס זי האט צו עם, און דאס איז איינע פון די הויפט זאכען אין דעם צוזאמען לעבען פון צוויי מענשן.

בברכה.

ב'שסא

לתוכנה ראה לעיל אגרת ב'שכ.

דער ווארט: ראה גם לעיל ח"ו אגרות א'תקסד. א'תרנ. א'תרפז. א'תרצו. א'תשכט.

א'תשמו. ח"ז ב'קפ, ובכ"מ. לקמן ב'שעא. ב'תכא-ב. ב'תקיא.