ספריית חב"ד ליובאוויטש

ב'שצב

ב"ה, ו' שבט, תשי"ד

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר דוד שי'

שלום וברכה!

איר ווייסט שוין מיין מיינונג, אז אין דער יעצטיקער צייט (און אפשר אז אויך אמאל) אז מען דארף ניט ווארטען ביז יענער וועט קומען בעטען אידישקייט, נאר מען מוז גיין צו יענעם און וועקען בא עם דעם אפעטיט זיינעם צו אידישקייט, ועל דרך הצחות קען מען זאגען אויף דעם, ווי עס שטייט, והלכת בדרכיו מה הקדוש ברוך הוא כו', אויך הקב"ה איז געקומען פריער - פאר אלעמען - צום הר סיני, און האט געווארט אויף די אידען, וועלכע האבען נאך געשלאפען דענסטמאל, ווי עס ווערט דערציילט אין מדרשי רז"ל.

און ווען מען טראכט זיך אריין ווי געהעריק אין דעם מאמר רז"ל, יותר ממה שהבעל הבית עושה עם העני, העני עושה עם הבעל הבית, וואס אזוי איז דאס סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות, האט מען דאך ניט געזעהען אז א בעל עסק זאל זיצען בא זיך אין צימער און ווארטען ביז עס וועט קומען ווער צו עם און זאגען עם, דו דארפסט דאך פרנסה, איז קאן איך דיר העלפען אין דעם, והאריכות בזה אך למותר.

בייגעלייגט איז דא דער מאמר וועלכע איז געזאגט געווארען פאראיארן אין דעם יום ההילולא של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואס זיכער וועט איר זיך נוהג זיין בטוב עין צו מזכה זיין מיט עם אויך אנדערע.

בברכה.

ב'שצב

מוה"ר דוד: טננהויז.

ווערט דערציילט: שהש"ר פ"א, יב ב. וראה בארוכה לקו"ש ח"ד ע' 1024 ואילך.